אויסשטעלונג בײַ דער טאָראָנטער „פֿענצטער־גאַלעריע“ — „וואָס וועט בלײַבן“Exhibit at Toronto’s Fentster Gallery: “What Will Remain”
דער קינסטלער ראָבערט דאַווידאָוויטש איז אינספּירירט געוואָרן פֿון זײַן טאַטן און זיידן, ביידע — ווילנער גלעזער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
שוין צוויי חדשים לאַנג וואָס מע האָט אינעם פֿאָרווערטס ניט פֿאַרעפֿנטלעכט קיין ידיעה וועגן אַ פּראָגראַם, וואָס קומט פֿאָר אָפֿלײַן. איז מיר געווען אַ חידוש צו הערן אַז מע וועט בײַ דער „פֿענצטער־גאַלעריע“ אין טאָראָנטאָ קענען גיין אָנקוקן אַ נײַע אויסשטעלונג, ”וואָס וועט בלײַבן“, ביז אויגוסט.
די Fenster Gallery באַשטייט טאַקע פֿון אַ גרויסער וויטרינע, וווּ עס הענגען קונסטווערק וואָס אַלע פֿאַרבײַגייער קענען זען פֿון דער גאַס. די גאַלעריע, וואָס געפֿינט זיך אינעם לאָקאַל פֿון אַן אומאָפּהענגיקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, ”מקום“, ווערט אָנגעפֿירט פֿון אַ גרופּע ייִדישע קינסטלער. הגם קיין טרעפֿונגען קען מען דאָרט ניט מאַכן, קען די גאַלעריע ווײַטער אויסשטעלן קונסטווערק, ווײַל די פֿאַרבײַגייער קענען זייער גרינג בלײַבן אָפּגעזונדערט איינער פֿונעם צווייטן.
די אויסשטעלונג „וואָס וועט בלײַבן“, געשאַפֿן פֿון ראָבערט דאַווידאָוויטש, גיט אָפּ כּבֿוד דעם קינסטלערס ווילנער ייִחוס. דאָרטן האָט זײַן זיידע מאָטל דאַווידאָוויטש נאָך דער מלחמה געאַרבעט ווי אַ גלעזער, פֿאַרריכטנדיק די שויבנס פֿון פֿענצטער, אָפֿט מאָל בײַ געוועזענע שילן. זײַן טאַטע מאיר האָט ווײַטער אָנגעפֿירט מיטן געשעפֿט ביז דער משפּחה האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין די 1970ער יאָרן. „וואָס וועט בלײַבן“ באַשטייט פֿון פֿיר וויטראַזשן און איז אינספּירירט געוואָרן פֿון מאַרק שאַגאַלס מאָלערײַ פֿון אַ ווילנער שיל. אַז מע קוקט אויף שאַגאַלס מאָלערײַ, קען מען טאַקע דערקענען אימאַזשן פֿון דער שיל אין די וויטראַזשן, נאָר זיי זענען בכּיוון צעדרייט, אָפּגעהאַקט און אַבסטראַקט — אַן אָפּרוף אויף דעם וואָס די שיל און דאָס ווילנער ייִדנטום איז אויף אייביק צעשטערט געוואָרן. דעם נאָמען פֿונעם ווערק האָט דאַווידאָוויטש גענומען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס אַ ליד, אין וועלכן דער פּאָעט באַטראַכט מעטאַפֿאָריש דעם גורל פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דאָס ליד ענדיקט זיך מיט די ווערטער „ווער וועט בלײַבן, גאָט וועט בלײַבן, ס׳איז דיר ניט גענוג?”, אַ שורה וואָס באַקומט אַן אַנדער טעם אינעם קאָנטעקסט פֿון אַ קונסטווערק, וואָס שילדערט אַ צעשטערטע שיל.

שאַגאַלס מאָלערײַ פֿון דער ווילנער שיל
מאָנטיק, דעם 18טן מײַ, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט מען דורכפֿירן אַ ווירטועלן קבלת־פּנים לכּבֿוד דער אויסשטעלונג. ד׳׳ר ברײַנדל קירשנבלאַט־גימבלעט וועט רעדן וועגן דעם ווערק צוזאַמען מיט ראָבערט דאַווידאָוויטש און עוועלין טאַובן, דער גאַלעריעס קוראַטאָרין. בײַ דער געלעגנהייט וועט שׂרה־מינע גאָרדאָן זינגען סוצקעווערס ליד „ווער וועט בלײַבן“, וואָס זי האָט רעקאָרדירט אויף אַן אַלבאָם פֿון איר קאַפּעליע „ייִדישע פּרינצעסין“.
די פּראָגראַם וועט מען טראַנסמיטירן דורך פֿייסבוק. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ. .
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
