Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿאַר וואָס דער רבֿ האָט געשאָלטן זײַנע מתפּלליםWhy the rabbi cursed his congregation

אַ תּשובֿה פֿון אַן אָנגעזעענעם רבֿ אין אונגערן גיט מער פּרטים וועגן דעם שאָקירנדיקן אינצידענט אין אַ שיל אין יאָנקערס, ניו־יאָרק אין 1926.

מיט בערך נײַן חדשים צוריק האָט דער פֿאָרווערטס אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל וועגן אַ טשיקאַווען אינצידענט וואָס איז אַ מאָל פֿאָרגעקומען אין דער שיל „אוהבֿ צדק‟ אין יאָנקערס, ניו־יאָרק.

„אין 1926 האָט אָנגעפֿירט מיט ׳אוהבֿ צדק׳ אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקער אונגערישער ייִד, הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג,‟ האָט די מחברטע פֿונעם אַרטיקל, נענסי קלײַן געשריבן. „איין מאָל, צוליב אַ מחלוקת וואָס איך האָב, צום באַדויערן, קיין מאָל נישט געפֿונען קיין דאָקומענטן דערפֿון, האָט הרבֿ ראָזענבערג צעעפֿנט די טירן פֿונעם אָרון־קודש און מיט כּעס געשאָלטן די מתפּללים.‟

גלײַך נאָך דעם אינצידענט האָט דער רבֿ אַראַנזשירט אַז זײַן זון, הרבֿ שלמה אַלכּסנדר ראָזענבערג, וואָס האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיט אַ שיל אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט אין „אוהבֿ צדק‟ און ער אַליין האָט איבערגענומען די שיל אין קליוולאַנד, וווּ ער איז פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן.

די געשיכטע האָט מיך פֿאַרכאַפּט, בפֿרט ווײַל עס האָט מיר געהאָלפֿן בעסער פֿאַרשטיין אַ דאָקומענט וואָס כ׳האָב אַליין אַנטדעקט אין מײַן פֿאָרשאַרבעט. כ׳האָב געוואָלט אויסגעפֿינען מער פּרטים, האָב איך זיך געוואָנדן צו די אָפּשטאַמיקע פֿון הרבֿ פֿיליפּ (שרגא) ראָזענבערג, און זיי האָבן אַליין נישט געוווּסט קיין סך וועגן יענער געשיכטע. הרבֿ בערל ווײַן, אַ באַקאַנטער היסטאָריקער וואָס איז געווען נאָענט מיטן זון האָט מיר געזאָגט אַז דער טאַטע האָט זיך אויסגעטוישט מיטן זון כּדי צו געבן אים די פֿאַרשידענע געלעגנהייטן וואָס זענען בנימצא אין דער ניו־יאָרקער געגנט. אָבער ווי פֿרוי קלײַן האָט דערציילט, איז הרבֿ פֿיליפּס באַשלוס צו פֿאַרלאָזן די שיל נישט געווען אין גאַנצן קיין פֿרײַוויליקע.

דער הויפּט־דאָקומענט אין אָט דער מעשׂה איז אַ תּשובֿה וואָס אַן אָנגעזעענער רבֿ אין מאַדע, אונגערן, הרבֿ מרדכי לייב ווינקלער, האָט געשיקט צו אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „אוהבֿ צדק‟, אַ דענטיסט מיטן נאָמען ד״ר שמואל מילער, אין יאַנואַר 1923. מילער האָט געהאַט געפֿרעגט בײַ הרבֿ ווינקלער, צי אַ שיל מעג אָנשטעלן אַ רבֿ וואָס האָט פֿריִער געדינט ווי דער רבֿ פֿון אַ „סטאַטוס קוואָ‟ קהילה (אויף לשון־קודש — „קהילה שטק”וו). הרבֿ ווינקלערס תּשובֿה: „איך קען ניט צוריקהאַלטן מײַן פֿאַרוווּנדערונג. פֿאַר וואָס האָט די שיל אָנגענומען אַ רבֿ נאָך דעם ווי ער האָט עלעף יאָר לאַנג געדינט ווי דער רבֿ פֿון אַ ׳סטאַטוס קוואָ׳ קהילה?‟

שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס איז פּינקטלעך אַ „סטאַטוס קוואָ קהילה‟ און פֿאַר וואָס איז הרבֿ ווינקלער געווען אַזוי פֿעסט קעגן דעם? אין אונגערן, אין די סוף־1800ער, נאָך דעם ווי ס׳איז געוואָרן אַ צעשפּאַלטונג צווישן צוויי שטראָמען — דער טראַדיציאָנאַליסטישער „אָרטאָדאָקסישער‟ קהילה און דער מאָדערנער „נעאָלאָג‟ באַוועגונג — האָבן געוויסע שילן באַשלאָסן, צוליב פֿאַרשידענע סיבות, צו בלײַבן אומאָפּהענגיק פֿון ביידע שטראָמען, דערבײַ רופֿנדיק זיך „סטאַטוס קוואָ‟. אַ סך רבנים אין אונגערן האָבן פֿאַרווערט ייִדן זיך אָנצושליסן אין, אָדער מיטאַרבעטן מיט סײַ די נעאָלאָג־קהילות, סײַ די סטאַטוס־קוואָ־קהילות. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט אויב די מתפּללים אין די סטאַטוס־קוואָ קהילות זענען געווען פֿרומע ייִדן. צוליב דעם וואָס זיי האָבן זיך נישט אַפֿיליִיִרט מיט דער אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג, זענען זיי באַצייכנט געוואָרן ווי „מחוץ דעם כּלל‟.

הגם מילער און הרבֿ ווינקלער האָבן נישט אָנגעגעבן דעם נאָמען פֿונעם רבֿ אינעם בריוו, איז קלאָר אַז מילערס שאלה איז געווען אין שײַכות מיט הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג. פֿאַרן אימיגרירן קיין אַמעריקע האָט הרבֿ פֿיליפּ שרגא ראָזענבערג טאַקע אָנגעפֿירט מיט אַ סטאַטוס־קוואָ שיל אינעם אונגערישן שטעטל נײַשטאַדטל נאָוועמעסטאָ, אַ פּאָזיציע וואָס ער האָט געירשנט פֿון זײַן שווער.

דער טײַטש פֿונעם טערמין „אָרטאָדאָקסיש‟ אין אַמעריקע איז אָבער דעמאָלט געווען גאָר אַנדערש ווי דער טײַטש אין אונגערן. לויט דער אַמעריקאַנער דעפֿיניציע איז הרבֿ ראָזענבערג אַוודאי געווען אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ. ד״ר מילער האָט אָבער זיכער געוווּסט אַז ער וועט באַקומען אַ שטרענגן פּסק פֿון הרבֿ ווינקלער; דעריבער איז טאַקע אַ חידוש פֿאַר וואָס ער האָט זיך בכלל געוואָנדן צו הרבֿ ווינקלער, סײַדן מילער האָט געוווּסט אַז הרבֿ ווינקלער וועט גיבן אַ שטרענגן פּסק קעגן הרבֿ ראָזענבערג. דאַרף מען צו ערשט פֿאַרשטיין עפּעס וועגן ד״ר מילערס כּוונות אין דער געשיכטע.

ווי געזאָגט איז ד״ר מילער געווען אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „אוהבֿ־צדק‟. אַליין אַ געבוירענער אין אונגערן האָט ער געגרינדעט און אָנגעפֿירט מיט אַ ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע אין יאָנקערס און האָט אויך געגרינדעט, רעדאַקטירט און געשריבן מאמרים (סײַ אונטער זײַן אייגענעם נאָמען סײַ אונטער פֿאַרשיידענע פּסעוודאָנימען) אין אַ העברעיִש־שפּראַכיקן זשורנאַל, „אפּריון‟.

אין אַן אַרטיקל וועגן דעם מחלוקת וואָס האָט זיך צעפֿלאַקערט אויף די זײַטן פֿון „אפּריון‟, שרײַבט פּראָפֿ׳ אָדם פֿערציקער אַז ד״ר מילער האָט שטאַרק קריטיקירט דעם שטרענגן אופֿן ווי די אונגערישע אָרטאָדאָקסישע קהילה האָט זיך אָפּגעזונדערט פֿון די אַנדערע קהילות אין אונגערן און דײַטשלאַנד. פֿון דעסט וועגן האָט מילער — פּרוּוונדיק, אַ פּנים, צו פֿאַרטרײַבן הרבֿ ראָזענבערג פֿון דער שיל — זיך געוואָנדן צו די שטרענגסטע פֿון די סעפּאַראַטיסטישע רבנים אין אונגערן. האָט מילער אַליין געהאַלטן אַז אַ רבֿ וואָס האָט אַ מאָל געדינט אין אַ סטאַטוס קוואָ קהילה קען נישט אָנפֿירן מיט אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין אַמעריקע? זיכער נישט; אָבער אַ פּנים האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז הרבֿ ווינקלערס תּשובֿה וועט אים העלפֿן באַזײַטיקן הרבֿ ראָזענבערג ווי דער רבֿ פֿון „אוהבֿ צדק‟.

פֿאַר וואָס האָט מילער אַזוי שטאַרק געוואָלט אים בכלל באַזײַטיקן? אינעם צווייטן טייל פֿון הרבֿ ווינקלערס תּשובֿה דערמאָנט ער אַז הרבֿ ראָזענבערג האָט געפּרוּווט אַוועקנעמען די השגחה פֿון אַן אָרטיקן שוחט — קעגן מילערס ווילן. דערצו איז הרבֿ ראָזענבערג געווען איינער פֿון די ערשטע אַמעריקאַנער שטיצער פֿון אַגודת־ישׂראל, אַן אַנטי־ציוניסטישע באַוועגונג וואָס מילער קריטיקירט שטאַרק אין „אפּריון‟. מחלוקתן צווישן אַ רבֿ און אַ מיטגליד פֿון זײַן פֿאַרוואַלטונג זענען נישט קיין זעלטנהייט. וואָס איז געווען אַנדערש אין דעם פֿאַל — און די סיבה פֿאַר וואָס הרבֿ ראָזענבערג האָט צום סוף געשאָלטן זײַנע מתפּללים — איז נישט ווײַל ער און אַ פֿירער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג האָבן געפֿירט אַ מחלוקת, נאָר ווײַל יענער פֿאַרוואַלטער האָט בכּיוון אונטערגעגראָבן דעם רבֿס רעפּוטאַציע דורכן ווענדן זיך צו אַן אָנגעזעענעם רבֿ אין אונגערן. צו פּרוּוון באַזײַטיקן אַ רבֿ איז איין זאַך; צו באַשולדיקן אים אין נישט זײַן גענוג פֿרום איז שוין גאָר אַן אַנדערע.

Apiryon

נאָך עטלעכע זאַכן האָב איך זיך דערוווּסט במשך פֿון מײַן פֿאָרשונג: ערשטנס, וואָס שייך הרבֿ ראָזענבערגס פּשרה מיט „אוהבֿ צדק‟ אַז זײַן זון זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט: דאָס איז דווקא נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג האָט אויסגעאַרבעט אַזאַ פּשרה. זײַן אייגענער טאַטע, וואָס האָט אויך געהייסן ר׳ שלמה, איז געווען דער רבֿ פֿונעם שטעטל טאָשנאַד, אונגערן (הײַנט — רומעניע). ווען ר׳ שלמה איז אַוועק פֿון דער וועלט אין 1898, איז זײַן זון פֿיליפּ געוואָרן אַ קאַנדידאַט איבערצונעמען די פּאָזיציע. עטלעכע מיטגלידער פֿון דער קהילה האָבן זיך אָבער אַנטקעגנגעשטעלט און פֿאַרשפּרייט קלאַנגען אַז ער איז צו מאָדערן. ר׳ פֿיליפּ האָט זיך נישט אונטערגעגעבן און האָט אויסגעאַרבעט אַ פּשרה: ער וועט צוריקציִען זײַן קאַנדידאַטור לטובֿת זײַן שוואָגער, כּדי די פּאָזיציע זאָל כאָטש בלײַבן אין דער משפּחה. כּמעט די זעלבע קונץ האָט ער געטאָן מיט 25 יאָר שפּעטער ווען ער האָט זיך אויסגעביטן מיט זײַן זון.

צווייטנס, נאָך דעם ווי דער זון, הרבֿ שלמה אַלכּסנדר ראָזענבערג, האָט איבערגענומען „אוהבֿ צדק‟ איז ער דאָרט פֿאַרבליבן כּמעט פֿופֿציק יאָר. ער איז אָבער צום בעסטן באַקאַנט געוואָרן ווי דער אַדמיניסטראַטאָר פֿונעם כּשרות־אָפּטייל בײַם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟ („אָ־יו‟) פֿון 1950 ביז זײַן טויט אין 1972, וווּ ער האָט שטאַרק פֿאַרבעסערט דעם צוטריט צו כּשר עסן אין אַמעריקע. ס׳איז טשיקאַווע צו דערמאָנען אַז פּונקט הײַיאָר האָט דער „אָ־יו‟ באַשטימט אַ נײַעם עקזעקוטיוו־דירעקטאָר: הרבֿ משה האַוער, וואָס זײַן פֿרוי, מינדי, איז אַן אור־אייניקל פֿון הרבֿ אַלכּסדר ראָזענבערג! הייסט עס, אַז במשך פֿון די 100 יאָר זינט מע האָט באַשולדיקט הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג אין נישט זײַן גענוג „אָרטאָדאָקסיש‟, זענען צוויי פֿון זײַנע יורשים געוואָרן אַ טייל פֿון די פּני פֿון דער אָרטאָדאָקסישער פֿירערשאַפֿט.

אלי פֿישער איז אַ רבֿ און דאָקטאָראַנט פֿון ייִדישער געשיכטע אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.