דער רבֿ וואָס האָט געשאָלטן זײַנע מתפּללים (באַגלייט מיט אוידיאָ)The Day the Rabbi Cursed His Congregation (Includes Audio)
בעת אַ שיל אין בראָנקס הייבט אָן אַ גרויסן רעמאָנט, דערמאָנט זיך איין מיטגליד וואָס ס׳איז אַ מאָל פֿאָרגעקומען פֿאַר דעם מאַיעסטעטישן אָרון־קודש
You can hear this article read by Rukhl Schaechter, by clicking below
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
דעם זומער האָט מײַן שיל, „יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק‟ אין ריווערדייל, נ״י, זיך אונטערגענומען אַ נײַע אַוואַנטורע: אַ פֿולשטענדיקער רעמאָנט און פֿאַרגרעסערונג פֿונעם בנין, כּדי צו מאַכן אָרט פֿאַר דער וואַקסנדיקער צאָל יונגע ייִדישע משפּחות וואָס ציִען זיך לעצטנס אַרײַן אין צפֿון־ריווערדייל און דרום־יאָנקערס.
קוקנדיק אויפֿן גרויסן הילצערנעם אָרון־קודש איין שבת אינדערפֿרי, איידער מע האָט אָנגעהויבן דעם רעמאָנט, האָב איך זיך דערמאָנט אין אַ מעשׂה וואָס איך האָב געהערט וועגן דער שיל, אַ מעשׂה וואָס איז פֿאָרגעקומען אין יאָר 1926, פֿיר יאָר איידער מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער קהילה.
די סינאַגאָגע אַליין איז געבויט געוואָרן אויף פּראָספּעקט־סטריט אין יאָנקערס אין 1904. דעמאָלט האָט עס געהייסן „קהילת אוהבֿ־צדק‟. במשך פֿון די יאָרן האָט זיך שטאַרק צעוואַקסן די צאָל מיטגלידער פֿון דער שיל, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען אונגערישע ייִדן. מיט דער צײַט, פּונקט ווי מע האָט געזען בײַ אַ סך שטעט איבער אַמעריקע, האָט דער עולם זיך געעלטערט און זיך אַוועקגעצויגן. האָט מען דעם אָרון־קודש איבערגעפֿירט אין דער נײַער פֿאַראייניקטער שיל, „יאָנג איזרייל אוהבֿ צדק‟, וואָס האָט געדינט דעם עולם אין דרום־יאָנקערס און צפֿון־ריווערדייל.
אַך, וואָס דער אָרון־קודש וואָלט אָנדערציילט ווען ער קען נאָר רעדן! הײַנט די חתונות, בעלי־מיצווות און די לוויות וואָס האָבן זיך אַנטקעגן אים אויסגעשפּילט! שוין אָפּגערעדט די יום־טובֿים, ווען עס זענען אַ מאָל געשטאַנען פֿאַר אים אַ צוויי טוץ כּהנים כּדי צו בענטשן די בערך טויזנט מתפּללים.
דער אָרון־קודש איז אָבער נישט בלויז געווען אַן עדות פֿון דעם ווי מע בענטשט די עדה, נאָר איין מאָל אַפֿילו פּונקט דאָס פֿאַרקערטע…
די מעשׂה איז אַזאַ: אין 1926 האָט אָנגעפֿירט מיט „אוהבֿ צדק‟ אַ פֿלאַם־פֿײַערדיקער אונגערישער ייִד, הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג. איין מאָל, צוליב אַ מחלוקת וואָס איך האָב, צום באַדויערן, קיין מאָל נישט געפֿונען קיין דאָקומענטן דערפֿון, האָט הרבֿ ראָזענבערג צעעפֿנט די טירן פֿונעם אָרון־קודש און מיט כּעס געשאָלטן די מתפּללים. ס׳איז מסתּמא געווען אַ דראַמאַטישע סצענע ווײַל דער אָרון־קודש איז דעמאָלט געשטאַנען אויף אַ הויכער פּלאַטפֿאָרמע, באַקרוינט מיט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן וויטראַזש.
פֿאַרשטייט זיך, איז דער עולם געווען שטאַרק אויפֿגעבראַכט דערפֿון. האָבן זיי זיך געוואָנדן צו הרבֿ ד״ר פֿיליפּ קלײַן, דער אָנגעזעענער גײַסטיקער פֿירער פֿון אַ צווייטער שיל אין מאַנהעטן מיטן זעלבן נאָמען, „אוהבֿ צדק‟.
הרבֿ קלײַן (וואָס איז, אַגבֿ, געווען מײַן זיידע) איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין אונגערן און באַקומען סמיכה און אַ דאָקטאָראַט אין דײַטשלאַנד. נאָכן חתונה האָבן מיט דזשולי הירש, אַ טאָכטער פֿון הרבֿ מענדל הירש און אַן אייניקל פֿון דער באַרימטער רעליגיעזער פֿיגור, הרבֿ שמשון רפֿאל הירש, האָט הרבֿ קלײַן אין 1880 אָנגענומען אַ פּאָזיציע ווי דער רבֿ פֿונעם שטעטל ליעפּײַ (Libau), וואָס איז דעמאָלט געווען רוסלאַנד. ווען די רוסישע רעגירונג האָט אָבער אָנגעהויבן אַרויסווײַזן בולטע סימנים פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט די משפּחה קלײַן זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע וווּ הרבֿ קלײַן האָט אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ, ווערנדיק דער רבֿ פֿון דער ערשטער אונגערישער שיל אין ניו־יאָרק, „אוהבֿ־צדק‟. אין גיכן איז ער באַקאַנט געוואָרן נישט בלויז אין ניו־יאָרק, נאָר איבער אַמעריקע און דער וועלט פֿאַר זײַן געלערנטקייט, ערלעכקייט און פֿירערשאַפֿט.
הכּלל, אַ דעלעגאַציע פֿון דער יאָנקערס־שיל האָט זיך באַראַטן מיט הרבֿ קלײַן און ער האָט פֿאָרגעלייגט אַזאַ לייזונג: הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג זאָל אָננעמען אַ פּאָזיציע ווי דער רבֿ פֿון אַ שיל אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, מיטן נאָמען „כּנסת ישׂראל‟, און ראָזענבערגס זון, אַלכּסדנר, וואָס האָט אַליין ערשט געהאַט באַקומען סמיכה, זאָל פֿאַרנעמען זײַן אָרט.
ס׳איז טאַקע שווער צו גלייבן אָבער אַלע דרײַ — די שיל, הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג און זײַן זון — האָבן אַלע מסכּים געווען. הרבֿ פֿיליפּ ראָזענבערג איז געוואָרן דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שיל אין קליוולאַנד און דאָרט פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן און אַלכּסנדר ראָזענבערג איז געוואָרן דער רבֿ פֿון „אוהבֿ צדק‟ אין יאָנקערס ביז זײַן פּטירה אין 1972.
בלויז עטלעכע חדשים נאָכן אַרויסהעלפֿן דער שיל, איז הרבֿ קלײַן ניפֿטר געוואָרן. ווי אַן אויסדרוק פֿון טיפֿער הכּרת־טובֿה פֿאַר זײַן האָבן געראַטעוועט זייער שיל, האָבן די מתפּללים פֿון „אוהבֿ צדק‟ אין יאָנקערס דאָרט אויפֿגעהאָנגען אַ טאָוול אין זײַן אָנדענק. יענער שיל־בנין איז שוין לאַנג נישטאָ, אָבער דער טאָוול לזכּרון הרבֿ קלײַן הענגט ווײַטער אין דער שיל אין ריווערדייל, טאַקע פּונקט לעבן יענעם היסטאָרישן אָרון־קודש.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor