אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש אין מינכן פֿונעם ליטעראַטור־פֿאָרשער נתן כּהן A Yiddish lecture in Munich by literature scholar Nathan Cohen
די „שלום־עליכם לעקציע“ וועט מען קענען הערן אויפֿן אָרט אָדער דורך דער אינטערנעץ.

דער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון לודוויג מאַקסימיליאַן, וווֹ עס וועט פֿאָרקומען דער רעפֿעראַט Courtesy of LMU
דעם 17טן יוני וועט נתן כּהן, אַן אָנגעזעענער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט, האַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון לודוויג מאַקסימיליאַן אין מינכן, דײַטשלאַנד.
כּהן וועט רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און די וועגן און אָפּוועגן פֿון איר אַנטוויקלונג אויף די זײַטן פֿון דער ייִדישער פּרעסע, ווי אויך וועגן דעם פֿענאָמען פֿון דער שונד־ליטעראַטור.
די „שלום־עליכם לעקציע“, ווי מע רופֿט אָט די אונטערנעמונג, איז אַ יערלעכער רעפֿערעט אויף ייִדיש אין אָנדענק פֿון עוויטאַ וויעצקי, ז״ל, וואָס האָט די ערשטע געהאַט דעם שיינעם אײַנפֿאַל מיט 15 יאָר צוריק. „זי האָט אַרויסגעפֿירט ייִדיש פֿון די קליינע דײַטשישע אוניווערסיטעט־קלאַסן און פֿאַרבעטן אַ ברייטן עולם צו הערן אַ ייִדיש וואָרט – און דווקא אין אַקאַדעמישן פֿאָרמאַט,“ האָט דערקלערט דאַשע וואַכרושאָווע, אַ ייִדיש־פֿאָרשערין בײַם אוניווערסיטעט.
יעדעס יאָר האַלט אַ היסטאָריקער, שפּראַך־וויסנשאַפֿטלער, ליטעראַטור־פֿאָרשער אָדער שרײַבער אַ רעפֿעראַט פֿאַרן ברייטן מינכנער עולם אין גאַנצן אויף ייִדיש. „אין עולם זיצן אי ייִדיש־קענער אי אַזעלכע וואָס ווייסן גאָר ווייניק וועגן דער שפּראַך, אָבער האָבן דעם מוט זיך אײַנצוהערן און זיך לאָזן טראָגן פֿונעם ייִדישן וואָרט, וויסנדיק אַז זיי ריזיקירן ניט צו פֿאַרשטיין דעם מיין אָדער צו פֿאַרשטיין אים פֿאַלש,“ האָט וואַכרושאָווע געזאָגט.
פֿאַראינטערעסירטע קענען בײַזײַן די לעקציע אָדער אויפֿן אָרט אין מינכן, אָדער דורך דער אינטערנעץ. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
