Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדן פֿלעגן באַשווערן רוחות און שלאַנגען אויף ווײַסרוסישJews used to conjure spirits and snakes in Belarusian

בײַ ייִדן איז פֿאַראַן אַן אַלטע טראַדיציע צו שרײַבן רײַסישע סגולות מיט ייִדישע אותיות. 

דעם 26סטן מײַ עפֿנט זיך אין ייִוואָ די אויסשטעלונג „ייִדן זענען מאַגיע‟ וועגן דעם ייִדישן אָקולטיזם. נישט לאַנג צוריק האָב איך אָנגעזאַמלט אַן אייגענעם מין ווירטועלע „אויסשטעלונג‟ פֿאַר זיך אַליין אויף דער דאָזיקער טעמע און אַנטדעקט עפּעס גאַנץ חידושדיקס: רײַכע אוצרות שפּרוכן און מאַגישע רעצעפּטן אויף רײַסיש (ווײַסרוסיש), פֿאַרשריבן מיטן ייִדישן אַלף־בית. עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע מומחים אין ייִדישע און סלאַווישע פֿאָלק־טראַדיציעס האָבן מיר געזאָגט, אַז דאָס איז אַן עכטע וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונג.

מע ווייסט, אַז אויף רײַסיש האָט מען געשריבן מיט דרײַ פֿאַרשיידענע אַלפֿאַבעטן: די קירילישע, לאַטײַנישע און אויך די אַראַבישע, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט בײַ די ווײַסרוסיש־רעדנדיקע טאָטערן. אַחוץ ריין מוסולמענישע טעקסטן, טרעפֿן זיך בײַ זיי אַ סך מיסטישע סגולות, וווּ פּסוקים פֿונעם קאָראַן ווערן צונויפֿגעוועבט מיט סלאַווישע שפּרוכן.

קיינער האָט אָבער ביז הײַנט נישט געוווּסט, אַז בײַ ייִדן איז פֿאַראַן אַן ענלעכע אַלטע און צעצווײַגטע טראַדיציע צו שרײַבן רײַסישע סגולות מיט ייִדישע אותיות. שוין 16 אַזעלכע כּתבֿ־ידן פֿונעם 18טן און 19טן יאָרהונדערט האָב איך אָנגעזאַמלט און איך בין זיכער, אַז דאָס איז בלויז דער אָנהייב פֿון אַ נײַ געביט אין דער ייִדישער און סלאַווישער לינגוויסטיק, פֿאָלקלאָריסטיק און געשיכטע. אין איין פֿאַל קלינגט די שפּראַך ווי אוקראַיִניש און נאָר טיילווײַז ווי רײַסיש; אָנגעשריבן האָט מען יענעם כּתבֿ־יד אין בריסק, ווײַסרוסלאַנד; עס קאָן זײַן אַן איבערגאַנג־דיאַלעקט.

אין 1921 האָט דער ייִדישער און ווײַסרוסישער שרײַבער און היסטאָריקער זמיטראָק ביאַדוליאַ (אמתער נאָמען – שמואל פּלאַווניק) אָנגעשריבן אַ קורצן אַרטיקל וועגן אַ ריזיקן כּתבֿ־יד, וווּ צווישן סגולות אויף לשון־קודש און ייִדיש טרעפֿט זיך אויך רײַסיש. צום באַדויערן, איז יענער מאַנוסקריפּט פֿאַרלוירן געוואָרן, און די פֿאָרשער האָבן במשך פֿון איבער 100 יאָר געמיינט, אַז דאָס איז, אפֿשר, געווען בלויז אַן איינציקער אויסנאַם־מוסטער פֿון ייִדיש־רײַסיש.

לאָמיר אַרײַנקוקן אין צוויי כּתבֿ־ידן, וועלכע זענען מיר אויסגעפֿאַלן צו טרעפֿן צו ערשט. איינער איז נומער EE.011.037 פֿון וויליאַם גראָסעס קאָלעקציע. פֿון אַ ריזיקן מאַנוסקריפּט זענען פֿאַרבליבן בלויז 14 זײַטלעך; 5 זענען אויף רײַסיש.

Courtesy of the manuscript collection of Bar-Ilan University, Ktiv Project, the National Library of Israel

איין סגולה איז ממש אַ וווּנדער. ס׳איז אַ שפּרוך קעגן אַ ביס פֿון אַ גיפֿטיקער שלאַנג – „עקרבֿ‟, אַן עקדיש, וואָס אינעם ווײַסרוסישן פֿאָלקלאָר מיינט אַ שלאַנג; קיין עקדישן זענען אין ווײַסרוסלאַנד נישטאָ. עס שטייט אַזוי: צופֿרי, אַנטקעגן דעם קאַיאָר, דאַרף מען זיך נײַן מאָל בוקן אויף די קני און זאָגן „אויטשע נאַש‟ („אונדזער פֿאָטער‟, Lord’s Prayer אויף רײַסיש), ווײַל „דאָס איז זייער תּפֿילה‟ („כּי היא תּפֿילתם‟)! דערנאָך גייט מען אַרום דעם געביסענעם מיט אַ מעסער און שפּרעכט אָפּ די שלאַנגען. כ׳זעץ איבער אויף ייִדיש: „איינער איז אַ גאָלדענער, דער אַנדערער אַ זילבערנער, און דער דריטער – מיט הונדערט ציינער. ס׳צי זיי אַוועק‟.

ווי באַלד דער אומבאַקאַנטער סגולות־זאַמלער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז געווען אַ ליטוואַק, שרײַבט ער אי אויף ייִדיש, אי אויף סלאַוויש, מיט אַ געדיכטן ליטווישן אַקצענט, אויסמישנדיק „ס‟ מיט „ש‟, „צ‟ מיט „טש‟ און „אוי‟ מיט „איי‟. די באַקאַנטע קריסטלעכע תּפֿילה איז בײַ אים אויסגעלייגט „אייצא נאַס”. די אַנדערע אַנטדעקטע כּתבֿ־ידן האָבן דעם זעלבן ליטוואַקישן אויסלייג.

אינעם באַקאַנטן מדרש „פּרק שירה‟ ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַלע באַשעפֿענישן דאַוונען צום אייבערשטן מיט פֿאַרשיידענע תּנ״כישע פּסוקים. בפֿרט פּאָפּולער איז דער דאָזיקער מדרש בײַ פֿרויען; מיט אים הייבט זיך אָן שחרית אינעם באַקאַנטן ווילנער סידור „קרבן מנחה‟ מיט עבֿרי־טײַטש. ווען מע בלעטערט די אַלטע רײַסיש־ייִדישע סגולה־ספֿרים, ווערט אָבער קלאָר, אַז לויט דער פֿאָלק־טראַדיציע איז די נאַטירלעכע שפּראַך פֿון וועלדער און ווילדער נאַטור דווקא רײַסיש. אויב אַזוי, ווענדט מען זיך צו די שלאַנגען דווקא מיט אַ באַוווּסט ניט־ייִדיש געבעט!

ווײַטער, אין אַן אַנדער שפּרוך, ווערט דערקלערט, וווּ עס וווינט די שלאַנגען־מלכּה, „זמיייִצאַ־צאַריצאַ‟: „אין אַ וויסט פֿעלד שטייט אַ גאָלדענער באַרנבוים, אויף יענעם באַרנבוים איז אַ גאָלדן נעסטעלע, און אין יענעם נעסטעלע איז די שלענגעלע־מלכּהלה‟.

די שלאַנגישע מלכּות צי בת־מלכּות הייסן אין די אַנטדעקטע כּתבֿ־ידן קאַראַפּעיאַ, סאַכאַוועיאַ, מאַרינאַ, קאַטערינאַ און אַרינאַ. אָפֿט באַווײַזן זיי זיך ווי קאַסאָקע (קרום־אויגיקע) מיידלעך, וואָס זיצן אין עפּעס אַ פֿאַרוואָרפֿן אָרט. אינעם סלאַווישן פֿאָלקלאָר (און נישט נאָר סלאַווישן) רופֿן קאַסאָקע מיידלעך אַרויס אַסאָציאַציעס מיט שלאַנגען, עין־הרע, וכּדומה.

נאָך איין וווּנדערלעכער אוצר איז דער כּתבֿ־יד נומער 1226 פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט. דאָרט פֿאַרנעמט רײַסיש כּמעט אַ טוץ זײַטלעך. צו געפֿינען אַ פֿאַרבלאָנדזשעטן מענטש, שטייט דאָרט געשריבן, דאַרף מען אויסבאַקן נײַן בולקעס, גיין שטילערהייט צו אַן אויסגעוואָרצלטן בוים, בוקן זיך 27 מאָל, אָפּגעבן די בולקעס דעם וואַלד־רוח און בעטן אים אומצוקערן דעם פֿאַרלאָזטן. אײַ, קלינגט עס דאָך ווי אַן עבֿודה־זרה? ווײַזט אויס, האָבן ייִדן געמיינט, אַז ווי באַלד דער גײַסט איז בלויז דער בעל־הבית איבערן וואַלד, נישט קיין עכטער אָפּגאָט, איז אַזאַ ריטואַל סתּם דרך־ארץ פֿאַר אים.

אַ סך אַנדערע רײַסיש־ייִדישע סגולות האָבן צו טאָן מיט מכשפֿות, וועלף און בערן, פֿערד און בהמות, עין־הרעס, קינדער־קראַנקייטן, וכּדומה – בקיצור, מיט טיפּישע פּויערישע און דאָרפֿישע ענינים. גאָר וויכטיק איז צו באַמערקן, אַז אַ סך נוסחאָות חזרן זיך איבער במשך פֿון דורות אין עטלעכע זאַמלונגען, הגם זייער גראַמאַטיק איז צומאָל גרײַזיק, בפֿרט וואָס שייך די קאָמפּליצירטע סלאַווישע בייגפֿאַלן. דאָס ווײַזט קלאָר, אַז זיי שפּיגלען אָפּ אַ רײַכע אינערלעכע ייִדישע טראַדיציע, נישט סתּם איבערגעשריבן וואָרט נאָך וואָרט בײַ די קריסטלעכע שכנים.

איבעריק צו זאָגן, אַז ס׳רובֿ קמיעות און סגולות אין אַזעלכע זאַמלונגען זענען פֿאַרשריבן אויף לשון־קודש און אַראַמיש. נישט זעלטן זענען זיי אָבער אויך פֿאַרבונדן מיט דער סלאַווישער פֿאָלק־מאַגיע. די גאָר רײַכע טראַדיציע פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע סגולות איז אויך ווייניק באַקאַנט און פֿאָדערט אַ סך ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען.

Why I became the Forward’s editor-in-chief

You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.

And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.