ווידעאָ: דניאל קאַהן זינגט געבירטיגס „דער זינגער פֿון נויט“ WATCH: Daniel Kahn sings Mordkhe Gebirtig’s “The Singer of Need’’
דער נײַער צוויי־שפּראַכיקער נוסח פֿונעם ליד ווײַזט, אַז דאָס לעבן הײַנט איז ניט אַזוי אַנדערש ווי אין געבירטיגס צײַטן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לעצטנס האָט דער „קראָקאָווער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל“ אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿון דניאל קאַהן, אין וועלכן ער זינגט אַ צוויי־שפּראַכיקן נוסח פֿון מרדכי געבירטיגס „דער זינגער פֿון נויט“. דאָס ליד איז ווײַט ניט געבירטיגס באַקאַנטסטע, אָבער עס איז, לויט מײַן מיינונג, דאָס ליד וואָס פֿאַרקערפּערט צום מערסטנס דעם גרויסן דיכטערס גײַסט.
„דער זינגער פֿון נויט“ האָב איך געהערט צום ערשטן מאָל אין קראָקע, ווען איך האָב, אין איינעם מיט דניאל קאַהן און די פֿילמאָגראַפֿן אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן, באַזוכט דעם בנין, וווּ געבירטיג האָט געוווינט. דאָרטן האָט קאַהן געזונגען „דער זינגער פֿון נויט“ אויף ייִדיש און מיך געוויזן אַ פּאָר שורות פֿון זײַן ערשטן פּרוּוו איבערצוזעצן דאָס ליד אויף ענגליש. דאָ קען מען זען קאַהנס אויפֿטריט יענעם טאָג. צו יענער צײַט האָבן אוּווע און גאַבריעלאַ פֿאָן זעלטמאַן, וואָס האָבן דעמאָלט געהאַלטן אין מאַכן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן געבירטיג, נאָך ניט געוווּסט, וווּ עס געפֿינט זיך פּינקטלעך דעם פּאָעטס דירה; געוווּסט האָבן זיי בלויז דעם אַדרעס פֿונעם בנין.
מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט אוּווע פֿאָן־זעלטמאַן באַשטעטיקט דעם פּינקטלעכן לאָקאַל, אַ דאַנק אַ באַשרײַבונג דערפֿון אין דער אויטאָביאָגראַפֿיע פֿונעם ייִדישן שרײַבער ירחמיאל בריקס וווּ ער דערציילט ווי ער האָט זיך געטראָפֿן מיט געבירטיגן און זײַנע טעכטער אין 1938. יענע געשיכטע ווערט, דרך־אַגבֿ, אַרײַנגענומען אין דער נײַער ענגלישער אויסגאַבע פֿון בריקסעס זכרונות, און ס׳איז טאַקע אַ דאַנק דעם איבערזעצער פֿונעם בוך, ירמיהו אַהרן טאַוב, וואָס פֿאָן זעלטמאַן האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם טעקסט. אַזוי אַרום וועלן די ייִדישע זינגער און אָנהענגער פֿונעם ייִדישן ליד פֿון איבער דער גאָרער וועלט קענען ממש עולה־רגל זײַן צו געבירטיגס אַמאָליקער היים.
דער מוזיק־ווידעאָ ווײַזט ווי קאַהן שפּאַצירט אויף די בערלינער גאַסן. אין איין מאָמענט זעט מען ווי זײַן פֿרוי, עוואַ לאַפּסקער, וואָס האָט רעזשיסירט דעם מוזיק־ווידעאָ, האַלט זײַן זון לעאָן בעת ער שלאָפֿט רויִק אין דער מאַמעס אָרעמס. דערנאָך זעט מען ווי עס בלישטשעט אויף אַ שילד אַ רעקלאַמע וועגן די סירישע פּליטים־קינדער, און פּונקט מיט אַ רגע שפּעטער — אַ רעקלאַמע פֿאַר אײַזקרעם. קאַהן זינגט אין יענע מאָמענטן:
„פֿון בלאַסע פֿאַרקריפּטלע קינדער,
פֿון טרוקענע ברוסטן גענערט,
וואָס וועלקן נאָך איידער זיי בליִען,
נאָך איידער דער טויט זיי פֿאַרצערט“.
ערשט דעמאָלט זעט מען דרײַ פֿאָטאָגראַפֿיעס אויף דער וואַנט פֿון אימיגראַנטן, מיט אויפֿשריפֿטן דערקלערנדיק, אַז זיי זענען הײַיאָר דערמאָרדעט געוואָרן אין דײַטשלאַנד „צוליב ראַסיסטישע מאָטיוון“. אַזוי אַרום ווײַזן קאַהן און לאַפּסקער, אַז 78 יאָר נאָך געבירטיגס מאָרד און כּמעט הונדערט יאָר נאָך דעם וואָס ”דער זינגער פֿון נויט“ איז אָנגעשריבן געוואָרן, איז די וועלט צום באַדויערן ניט אַזוי אַנדערש.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
