„קיינער האָט נישט געטראַכט אַז סע גייט זײַן פֿינצטער ווי נאַכט‟“No one knew that all would turn dark as the night”
דער לידער־שרײַבער מאָטי אילאָוויץ קוקט צוריק אויף די ביטערע געשעענישן פֿונעם יאָר תּש״פּ

Image by Getty Images
דער געניטער לידער־שרײַבער און זינגער מוטי אילאָוויץ האָט די וואָך פּובליקירט אַ ליד וואָס ער האָט אָנגעשריבן, קוקנדיק צוריק אויפֿן שווערן יאָר וואָס ענדיקט זיך איצט — תּש״פּ, 5780. דאָס ליד הייסט טאַקע, פּראָסט און פּשוט, „תּש״פּ‟.
רעדנדיק דירעקט צום יאָר ווי ס׳וואָלט געווען אַ בשׂר־ודם, רעכנט ער אויס אַלע אומגליקן וואָס דאָס יאָר האָט געבראַכט — די מגפֿה, דעם ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם וואָס האָט זיך אַזוי גיך פֿאַרשפּרייט, די שׂריפֿות, די הפֿקרות, אאַז״וו, גראַמענדיק געניט די ווערטער .
„תּש״פּ‟ קלינגט, פֿון איין זײַט, ווי אַ מאָדערנער נוסח פֿונעם קלאָגליד, אַ ווייגעשרײ, אויפֿן סטיל פֿונעם תּנכישן פּאָעט, ירמיהו הנבֿיא. פֿון דער צווייטער זײַט, דערמאָנט עס אויך אַ ביסל אין די גראַמענדיקע קאָמענטאַרן פֿון די נײַעס, וואָס „דער גראַממײַסטער‟, צבֿי סקולער, פֿלעגט רעציטירן אויף דער פֿאָרווערטס־ראַדיאָ סטאַנציע WEVD ווי, למשל, זײַן קאָמענטאַר וועגן פּרעזידענט ריטשאַרד ניקסאָן און דעם וואָטערגייט־סקאַנדאַל אילאָוויץ ענדיקט דאָס ליד מיט אַ האָפֿענונג אַז דאָס קומעדיקע יאָר זאָל זײַן אַ סך רויִקער, אַ יאָר פֿון שלום און מנוחה.
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
