ווידעאָ: סטענדאַפּ־קאָמיקערין נעמט זיך צו די דאָקטוירים און שפּיטעלערWATCH: Yiddish stand-up comedienne goes after doctors and hospitals
די אַקטריסע שׂרהלע פֿעלדמאַן טרעט אויף מיט אַ הומאָריסטישן מאָנאָלאָג וועגן אָפּעראַציעס און אַנדערע מעדיצינישע „אומגליקן“.

Image by Youtube
לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַן אַלטן ווידעאָ, פֿילמירט, אַ פּנים, אין די סוף־1980ער אָנהייב 1990ער יאָרן, וווּ די אַקטריסע שׂרהלע פֿעלדמאַן ז׳׳ל טרעט אויף ווי אַ סטענדאַפּ־קאָמיקערין.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער ווידעאָ איז בלויז אויף ייִדיש אָן קיין אונטערקעפּלעך, האָט מען במשך פֿון צוויי וואָכן אים שוין געזען מער ווי 10,000 מאָל.
אינעם סאַטירישן סקעטש, דערציילט פֿעלדמאַן וועגן אירע כּלומרשטיקע טענות צו דאָקטוירים, מעדיקאַמענטן און שפּיטעלער, און גיט איבער די פֿאַרשידענע אָפּעראַציעס און אַנדערע מעדיצינישע „אומגליקן“, וואָס איר מאַן מאַכט דורך. כאָטש די טעמע איז אַן אָפֿטע בײַ ייִדיש־שפּראַכיקע קאָמיקער, איז אָט דער ווידעאָ דווקא איינער פֿון די בעסטע פֿונעם זשאַנער, וואָס איך האָב אַמאָל געזען.
כאָטש מע קען זען אַ סך ווידעאָס פֿון פֿעלדמאַנס אויפֿטריטן פֿון די 1970ער ביז די 2010ער יאָרן אויף איר אייגענעם יוטוב־קאַנאַל, אַרײַנגערעכנט קאָמעדיע, קאָנצערטן און מאָנאָלאָגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז מיר ניט געלונגען צו געפֿינען קיין ביאָגראַפֿישע פּרטים וועגן איר אָנלײַן. טאָמער ווייסט איר וועגן איר לעבן און קאַריערע, שרײַבט מיר אויפֿן אַדרעס [email protected].
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
