מע זוכט יונגע רעצענזענטן צו שרײַבן וועגן ייִדישע קינדערביכערYoung reviewers sought to write about Yiddish children’s books
אויסגעקליבענע ביכער־באַריכטן פֿון קינדער אין עלטער פֿון 5 ביז 13 יאָר וועלן דערשינען אינעם אָנלײַן־זשורנאַל, „אין געוועב“.

Image by Kurt Hoffman
יצחק באַשעוויס האָט אַ מאָל געשריבן, אַז מער פֿון אַלע רעצענזענטן האַלט ער דווקא פֿון קינדער. פֿאַר וואָס? ווײַל להיפּוך צו די ליטעראַרישע קריטיקער, וואָס לויבן אָפֿט ווערק וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט כּדי אויסצוזען קלוג, האָבן קינדער ניט קיין מורא צו זאָגן, אַז אַ בוך געפֿעלט זיי ניט אָדער אַז זיי פֿאַרשטייען עס ניט.
איך האָב ניט קיין ספֿק, אַז עס וואָלט באַשעוויסן געפֿעלן געוואָרן די נײַע איניציאַטיוו פֿונעם אינטערנעץ־זשורנאַל „אין געוועב“ צו רעקרוטירן קינדער, זיי זאָלן רעצענזירן ייִדישע קינדערביכער. כּדי אַרויסצוהעלפֿן די יונגע רעצענזענטן, האָט מען געשאַפֿן צוויי פֿאָרומולאַרן — איינער פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון פֿינף ביז אַכט יאָר, און אַ צווייטער פֿאַר קינדער אין עלטער פֿון אַכט ביז דרײַצן יאָר. מע קען באַקומען און אויסשטעלן די בויגנס אויף ייִדיש אָדער ענגליש.
די ייִנגערע קינדער ווערן געבעטן צו דערציילן וועגן אַ פּאָר הויפּטמאָמענטן פֿונעם ביכל, איבערגעבן דעם נאָמען פֿונעם מחבר און איבערזעצער, און די נעמען פֿון די פּערסאָנאַזשן, ווי אויך צו צייכענען אַ בילד באַזירט אויף דער מעשׂה. די עלטערע קינדער דאַרפֿן אָנשרײַבן אַ באַריכט, ענטפֿערנדיק אויף עטלעכע פֿראַגעס, אַרײַנגערעכנט וואָס עס איז דער זשאַנער פֿונעם בוך, אין וועלכער תּקופֿה קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה און וואָס פֿאַר אַ טעמע באַהאַנדלט דער מחבר. אַלע קינדער וואָס שיקן אַרײַן אַ רעצענזיע וועלן באַקומען אַ צערטיפֿיקאַט, און אַ טייל רעצענזיעס וועלן דערשינען אין „אין געוועב“.
די רעצענזיעס קען מען אַרײַנשיקן ביזן 2טן יאַנואַר אויפֿן אַדרעס [email protected]. נאָך אינפֿאָרמאַציע, גיט אַ קוועטש דאָ.
די איניציאַטיוו ווערט אָרגאַניזירט אין שײַכות מיט אַ נײַער סעריע אַרטיקלען, אינטערוויוען און איבערזעצונגען געווידמעט דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
