Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווען דער פּאָעט משה בראָדערזאָן איז שאַנטאַזשירט געוואָרן פֿון אונטערוועלטניקעס אין סיבירWhen the poet Moyshe Broderzon was blackmailed by gangsters in Siberia

דער אינצידענט ווערט באַשריבן אין ישׂראל עמיאָטס בוך וועגן דעם סוף פֿון דער ייִדיש־וועלט אין ביראָבידזשאַן, אַ בוך וואָס איז לעצטנס אַרויס אויף רוסיש.

אין ביראָבידזשאַן איז נאָר וואָס דערשינען אויף רוסיש ישׂראל עמיאָטס בוך „דער ביראָבידזשאַנער ענין‟. עמיאָטס בוך זכרונות, וואָס איז אַרויס אויף ייִדיש אין 1960, איז איינע פֿון די וויכטיקסטע דאָקומענטאַלע עדות וועגן די טראַגישע געשעענישן פֿונעם סוף 1940ער – אָנהייב 50ער יאָרן אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

„דער ביראָבידזשאַנער ענין‟ איז געווען די קאַמפּאַניע פֿון דער סאָוועטישער מלוכה צו פֿאַרקריפּלען די „ייִדישע סאָוועטישע מלוכהשאַפֿט‟, ווי מע פֿלעגט אַ מאָל רופֿן ביראָבידזשאַן און, לויט די ווערטער פֿונעם ייִדישן פּאָעט עמנואל קאַזאַקעוויטש, מאַכן אַ סוף צו „יענע שיינע טרוימען פֿון טײַגע, וואָס אויף ייִדיש רעדט, פֿון טײַכן, וואָס אויף ייִדיש שוימען‟.

די אַנטיסעמיטישע באַשולדיקונגען קעגן דער ייִדישער נאַציאָנאַל־טעריטאָריאַלער אויטאָנאָמיע זײַנען פֿאַרבריצירט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער נקוו״ד — די געהיימע פּאָליציי־אַגענטור וואָס איז שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער קאַ־גע־בע.

דעמאָלט האָט מען אָפּגעשטעלט דאָס לערנען ייִדיש אין די קינדערשולן, ווי אויך דאָס אַרויסגעבן דעם ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟. מע האָט ליקווידירט דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער און אַרעסטירט און פֿאַרשיקט קיין סיביר כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער און דיכטער, וועלכע האָבן געוווינט אין ביראָבידזשאַן: בוזי מילער, העשל ראַבינקאָוו, ליובע וואַסערמאַן, חיים מאַלטינסקי, בער סלוצקי און ישׂראל עמיאָט.

אין יוני 1949 האָט מען אַראָפּגענומען פֿון זייערע פּאָסטנס דעם פֿאָרזיצער פֿונעם אויספֿירלעכן קאָמיטעט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט — מיכאל לעוויטין און דעם ערשטן סעקרעטאַר פֿונעם ביראָבידזשאַנער געגנטלעכן קאָמיטעט פֿון דער קאָמוניסטשער פּאַרטיי — אלכּסנדר באַכמוטסקי, וועלכע זײַנען באַשולדיקט געוואָרן אין אַ „נאַציאָנאַליסטישער טעטיקייט‟. אויפֿן פּאָסטן פֿונעם ערשטן סעקרעטאַר פֿון דער געגנטלעכער פּאַרטיי־אָרגאַניזאַציע האָט מען דעמאָנסטראַטיוו געשטעלט אַ רוס, פּאַוועל סימאָנאָוו. מיט זײַן נאָמען איז פֿאַרבונדן דאָס פֿאַרניכטן די ייִדישע פֿאָנדן פֿון דער ביראָבידזשאַנער געגנטלעכער ביבליאָטעק אויף שלום־עליכמס נאָמען.

די סאָוועטישע מאַכט־אָרגאַנען האָבן ווײַטער דורכגעפֿירט די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק אויך נאָך דעם, ווי אין 1952 האָט פּאַוועל סימאָנאָוו פֿאַרביטן אויפֿן פּאָסטן פֿונעם ערשטן סעקרעטאַר אַלעקסיי שיטיקאָוו, אויך אַ רוס. שיטיקאָוו איז געבליבן אין ביראָבידזשאַן ביז 1955.

אין 1953 איז דער דיכטער ישׂראל עמיאָט אַמנעסטירט געוואָרן און האָט זיך אומגעקערט קיין ביראָבידזשאַן. אין 1956 האָט זיך אים אײַנגעגעבן אַרויסצופֿאָרן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין פּוילן און פֿון דאָרטן אין 1958 האָט ער עמיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זײַן בוך זכרונות אויף ייִדיש, „דער ביראָבידזשאַנער ענין‟, האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1960 אין ראָטשעסטער, ניו־יאָרק. אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז דאָס בוך געווען פֿאַרבאָטן און אומצוטריטלעך ווי אַן „אַנטיסאָוועטישס‟.

„דער ביראָבידזשאַנער ענין‟ איז אָבער ניט בלויז אַ כראָנאָלאָגיע פֿון די שרעקלעכע גזירות קעגן די ייִדישע קולטור־טוער אין ביראָבידזשאַן, נאָר באַשרײַבט אויך פּרטימדיק ווי מע האָט באַעוולט באַקאַנטע יחידים, ווי מע זעט אין דעם ווײַטערדיקן אויסצוג וועגן דעם ייִדישן פּאָעט, משה בראָדערזאָן:

צווישן די געבראַכטע אַרעסטאַנטן האָב איך דערזען דעם פּאָעט משה בראָדערזאָן. ער איז אָנגעקומען צוזאַמען מיט דעם ייִדישן דיכטער פֿון בעסאַראַביע ס. (…) זײַן פּנים איז געווען אײַנגעפֿאַלן, בלייך און צעקנייטשט. פֿונעם אַמאָליקן עלעגאַנטן דיכטער זײַנען נאָר געבליבן די פּאָר וווּנדערלעכע אויגן, וועלכע זײַנען אַצינד געווען איבערגעצויגן מיט אַ בעלמע פֿון שרעק. זײַנע אויגן זײַנען עפּעס געוואָרן גרעסער און געקוקט מיט פֿאַרוווּנדערונג.

„בראָדערזאָן איז געקומען אין אונדזער לאַגער פֿון דער בראַטסקער קאָלאָניע 045, וווּ ער האָט נאָך אַ סך מי, באַקומען די (אין די לאַגער־באַדינגונגען) גוטע שטעלע פֿון אַ וואַסער־צושטעלער אין דער „אומיוואַלניע״ (וואַש־צימער). אַזוי ווי מיט וואַסער איז דאָרט געווען שווער (מע האָט דאָס געדאַרפֿט ברענגען פֿון אַ טײַך), איז זײַן אויפֿגאַבע געווען רעגולירן די אַרײַנקומענדיקע וואַסער אין די פֿעסלעך, עס זאָל קלעקן אויף אַ גאַנצן מעת־לעת… אָבער די באַנדע אונטערוועלטניקעס האָבן אים שאַנטאַזשירט, אָפֿט באַגנבֿעט דאָס, וואָס ער פֿלעגט באַקומען צוגעשיקט פֿון זײַן פֿרוי שיינע־מרים און אים סתּם פֿאַרביטערן די יאָרן. (…)

כ׳האָב באַלד גערופֿן אײַזיק ווײַנערן, דעם ראָוונער ייִדישן יונגנמאַן, דעם פֿאַרזאָרגער פֿון אַלע נײַ־געקומענע ייִדן אין לאַגער. אײַזיק האָט דאָס ערשטע געדאַרפֿט באַזאָרגן, אַז די באַנדיטן מיט זייערע ״שעסטיאָרקעס״ (אַרויסהעלפֿער און באַדינער), וועלכע זײַנען אָנגעקומען מיט בראָדערזאָנען און געהאַט אויף אים אַן אויג, אַז זיי זאָלן זיך אָפּטשעפּען פֿון אים. די אויסוווּרפֿן האָבן טאַקע גיך דערשמעקט מיט וועמען זיי האָבן צו טאָן. אײַזיק האָט זיי שנעל געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז זיי וועלן דאָ מיאוס אָפּשנײַדן, אויב זיי וועלן פּריִוון אָנגיין מיט די זעלבע מעשׂים וואָס אין לאַגער 045.

איצט אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט קענען, צום באַדויערן, בלויז געציילטע מענטשן דורכלייענען ישׂראל עמיאָטס בוך אין אָרגינאַל. אָבער די וויכטיקייט פֿון דעם דאָזיקן בוך פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט ווערט פֿון דעם ניט קלענער.

דערפֿאַר איז דאָס אַרויסגעבן די רוסישע איבערזעצונג פֿון „דער ביראָבידזשאַנער ענין‟ גאָר אַ וויכטיקע געשעעניש אינעם קולטור־לעבן פֿון ביראָבידזשאַן. עס האָט דאָס בוך איבערגעזעצט פֿון ייִדיש דער דיכטער זיסי ווייצמאַן (1946 – 2020), וועלכער איז פֿון דער יונגט ענג פֿאַרבונדן געווען מיט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט און די לעצטע יאָרן האָט ער געוווינט אין ישׂראל. זײַן איבערזעצונג האָט אויסרעדאַגירט און געבראַכט צום דרוק די רעדאַקטאָרין פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.