שׂרה־מינע גאָרדאָן זינגט יום־טובֿ עהרליכס ליד וועגן דעם בעל שם טובֿSarah Mina Gordon sings Yom Tov Ehrlich’s song about the Bal Shem Tov
דאָס ליד, וואָס זי האָט געזונגען אויף אַ דאַך אין מאַנהעטן בשעת דער פּאַנדעמיע, ווערט באַגלייט פֿון פֿרענק לאָנדאָנס קאַפּעליע.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז דאָ אַן אײַנרעדעניש, אַז די חסידישע מוזיק און די הײַנטיקע קלעזמער־מוזיק זענען צוויי פֿאַרשידענע פֿענאָמענען וואָס האָבן גאָרניט בשותּפֿות. אַוודאי זענען דאָ אַ סך חסידישע מוזיקער וואָס האָבן ניט קיין שײַכות מיט דער קלעזמער־וועלט און פֿאַרקערט, אָבער מע קען ניט אַזוי גרינג אָפּטיילן די צוויי סבֿיבֿות איינע פֿון דער צווייטער. אויף די חסידישע חתונות שפּילן אָפֿט באַקאַנטע וועלטלעכע קלעזמער־מוזיקער און אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן זינגען אויך באַרימטע חסידישע חזנים. דערצו, באָרגן ביידע גרופּעס לידער פֿונעם צווייטנס רעפּערטואַר.
שׂרה־מינע גאָרדאָן, אַ זײַל פֿון דער ניו־יאָרקער קלעזמער־סבֿיבֿה, זינגט אַ צאָל פּאָפּולערע חסידישע לידער וואָס זענען געווען פּאָפּולער במשך פֿון די 1960ער ביז די 1990ער יאָרן, אַזוי ווי מרדכי בן דודס „ייִדן“ און יום־טובֿ עהרליכס „שבת אין פֿעלד“.
זומער 2020 האָט דער טרומייט־שפּילער און קאָמפּאָזיטאָר פֿרענק לאָנדאָן, אין סאַמע ברען פֿון דער מגפֿה, אָרגאַניזירט אַ סעריע רעקאָרדירונגען אויף אַ דאַך אין ניו־יאָרק, מע זאָל קענען שפּילן צוזאַמען אין דרויסן, וווּ ס׳איז דאָ אַ קלענערע ריזיקע אָנגעשטעקט צו ווערן חלילה מיטן קאָראָנאַ־ווירוס. אינעם דאָזיקן ווידעאָ זינגט שׂרה־מינע גאָרדאָן יום־טובֿ עהרליכס „שבת אין פֿעלד“ צוזאַמען מיט לאָנדאָנס קאַפּעליע, „די מעשענע שטערן־שפּילער“.
כאָטש די זינגערין און אַלע מוזיקער זענען וועלטלעכע, באַציט מען זיך צום ליד מיט דרך־ארץ און מע פֿירט עס אויס מיט אַן אמתן ברען.
יום־טובֿ עהרליכס נוסח פֿונעם ליד קען מען הערן דאָ:
די נײַע רעקאָרדירונג פֿון שׂרה־מינע גאָרדאָן און פֿרענק לאָנדאָנס קאַפּעליע האָט אַ סך בשותּפֿות מיטן ראָק־נוסח, וואָס מרדכי בן דוד האָט אַרויסגעלאָזט אין 1982.
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
