שׂרה־רחל שעכטער אין פּאַנעל־דיסקוסיע אויף ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין באָלדערRukhl Schaechter in panel discussion at Boulder Jewish Film Festival
נאָכן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם, „ייִדיש, דאָס מאַמע־לשון“, וועלן די פּאַנעליסטן פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש דעמאָלט און הײַנט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מאָנטיק, דעם 15טן מאַרץ, 7 אַ זייגער אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט (4 אַ זייגער נאָך מיטאָג, פּאַציפֿישע צײַט) וועט די פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָרין שׂרה־רחל שעכטער זיך באַטייליקן אין אַ פּאַנעל־דיסקוסיע וועגן דעם באַנײַטן דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון 1979, „ייִדיש: דאָס מאַמע־לשון‟.
דער פֿילם, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן פֿונעם אָנגעזעענעם פֿילמאָגראַף פּיער סאָוואַזש, איז אַ טייל פֿון אַ רעטראָספּעקטיוו פֿון סאָוואַזשעס ווערק אויפֿן הײַיאָריקן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין באָלדער, קאָלאָראַדאָ.
בעת דער סעסיע וועט מען ווײַזן דעם פֿילם און דערנאָך — די פּאַנעל־דיסקוסיע.
אינעם פֿילם אינטערוויויִרט סאָוואַזש דעם גרויסן סאָציאָלינגוויסט און ייִדישיסט שיקל פֿישמאַן וועגן דעם מצבֿ און דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. סאָוואַזש רעדט אויך מיט ייִדישע קולטור־טוער, באַרימטע פּערזענלעכקייטן און סתּם ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
נאָכן פֿילם וועט מען קענען הערן אַ דיסקוסיע וועגן דעם ווי אַזוי דער מצבֿ פֿון ייִדיש האָט אויסגעזען אין די 1970ער און ווי דאָס פֿאַרגלײַכט זיך מיט דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט. אַחוץ שעכטער וועלן זיך אויך באַטייליקן סאָוואַזש אַליין; די ראָמאַנען־שרײַבערין דאַראַ האָרן; דער היסטאָריקער דוד פֿישמאַן און אַ געוועזענער ייִדיש־סטודענט בײַם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט וואָס פֿיגורירט אינעם פֿילם — ריטשאַרד סילווערשטיין.
כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט פֿאַרן פֿילם און דער פּאַנעל־דיסקוסיע, גיט אַ קוועטשט דאָ
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
