קינדערלידער וואָס גיבן איבער ייִדישע ווערטן קען מען איצט הערן אָנלײַןYiddish children’s songs that teach Jewish values now available online
דער אַלבאָם פֿון דער לידער־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ע״ה, וואָס איז אַרויס אין 2012, האָט מען לכּבֿוד אירע שלושים געשטעלט אויף „ספּאָטיפֿײַ“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
צו די שלושים פֿון דער ייִדישער שרײַבערין און לערערין, חנה־פֿײַגל טערטלטויב, האָט מען לעצטנס אַרויסגעלאָזט איר אַלבאָם ייִדישע קינדערלידער אָנלײַן.
די 14 לידער, וואָס זענען לכתּחילה אַרויס ווי אַ קאָמפּאַקטדיסק אין 2012, באַרירן סײַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע טעמעס ווי צדקה און שבת, סײַ עצות פֿאַר קינדער. איין ליד, למשל, „איך בין אַ גוט ייִנגל“, דערקלערט פֿאַר וואָס ס׳איז וויכטיק צו פֿאָלגן טאַטע־מאַמע.
אין אַ בליצבריוו וואָס איר משפּחה האָט אַרויסגעשיקט וועגן דעם פּראָיעקט, גיט מען איבער אַז כאָטש חנה־פֿײַגל טערטלטויב האָט ניט געהאַט קיין מוזיקאַלישע טרענירונג און האָט אַפֿילו ניט געקענט לייענען נאָטן אָדער שפּילן אַן אינסטרומענט, האָט זי געשאַפֿן די לידער „דורכן ריינעם כּוח פֿון ווילן אַליין“.
דער אַלבאָם, „ייִדישע לידער פֿאַר קינדער“, קען מען איצט שפּילן אויף אַ סך וועבזײַטן און אַפּליקאַציעס. אַחוץ „יוטוב“ און „ספּאָטיפֿי“ קען מען אים הערן אויף ”פּאַנדאָראַ“, ”אײַטונס“, אַמאַזאָן־מוזיק און אַפֿילו ”טיקטאָק“.
כּדי צו הערן די לידער אויף „יוטוב“, גיט אַ קוועטש דאָ.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די לידער קען מען געפֿינען אויף חנה־פֿײַגלס וועבזײַט דאָ, ווי אויך אין אַן אַרטיקל וואָס זי האָט געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס וועגן אים דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
