
Graphic by Angelie Zaslavsky
יום־ירושלים
ס’וועט נעמען אַ צײַט
ביז אַלע סטאַטיסטן פֿאַרלאָזן די בינע פֿאַרייִאושטע וועלן.
אַניט וועט דער זיג ניט דערפֿרייען דאָס פֿרידלעכע פֿאָלק.
דער זיג איז אַ נס
פֿון האַרטן געדולד און פֿון שיינע פֿאַרווירקלעכטע טרוימען.
מיר וועלן אים זען
אומפֿאַרמײַדלעך אין אין־סוף אַרום.
איז העכער די פֿענער!
איז בלויער דער הימל זאָל זײַן!
איז זאָלן די גאַסן אין טאַנץ
אַנטשיידן און בילדעריש גיין!
די ווײַסע לבֿנה באַזילבערט דאָס זודיקע בלוט.
ס’וועט נעמען אַ צײַט.
ניט געפֿערלעך. מיר האָבן געדולד.
כּפֿר־אלדד תשפ”א
ברענען בערעזעס, ברענען אָסינעס,
טאָפּאָלן, יאָדלעס, דעמבן, ראַבינעס,
צעדערן, איוועס, אַשביימער, קליאָנען,
סאָסנעס און עפּעס, וואָס מ’טאָר ניט דערמאָנען.
קאָכט מען און באַקט מען און ס’וועט שוין אין גיכן
גרייט זײַן אַ סעודה, וווּ ס’בעסער ניט קריכן.
ווער וועט דאָרט זיצן אויף אויבן אָן?
זיכער – ניט טאָפּאָל, זיכער – ניט קליאָן.
שפּרייט זיך אַ ריח פֿון רויך און פֿון בשׂר.
מיט אַ שאַטירונג פֿון אוראַלטן אָסור.
פֿונקען דערהייבן זיך פֿריילעך און בייז,
זײַנען מנקד מײַן אלף־בית.
כפֿר־אלדד תשפ”א
די מלחמה גייט קיינמאָל פֿאַרבײַ.
זי וועט דויערן, דויערן, דויערן.
ס’איז ניט וויכטיק, פֿאַרוואָס און למאי.
זי וועט תּמיד מטריח זײַן אויערן.
זי וועט קלינגען פֿון לינקס און פֿון רעכטס,
אין דער סבֿיבֿה און אויך פֿון אינ’ווייניק,
מיט אַ הויכן „הוראַ!‟ און אַ קרעכץ,
וועלכע זײַנען ברוגז, נאָר אייניק.
ס’איז בײַ אונדז שוין פֿון לאַנג לעבנס־אַרט,
דער יסוד פֿונעם אייביקן קיום.
אַלץ אַרום איז אויף אים אָנגעשפּאַרט.
וואָס וועט זײַן? – ס’וועלן זאָגן נבֿיאים.
ירושלים, ט’ בסיוון תשפ”א
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
