קאַבאַרעט אין מעלבורן: די לידער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס — מיט נײַער מוזיקCabaret in Melbourne: Works of Yiddish women poets set to music
די לידער וועלן אַרײַננעמען ווערק פֿון אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און די מעלבורנער פּאָעטעסע, הינדע בורשטין.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער ייִדישער טעאַטער קומט צוריק אין מעלבורן!
פֿונעם 21סטן ביזן 25סטן יולי 2021, וועט מען אינעם טעאַטער־זאַל בײַ „קדימה‟ פּרעמירן אַ קאַבאַרעט אויף ייִדיש, וואָס שילדערט די ליבעס, פֿאַרלוסטן און נצחונות פֿון ייִדיש־רעדנדיקע פֿרויען.
אינעם קאַבאַרעט, „דורך אַ מאָדנעם גלאָז‟, וועט מען פֿאָרשטעלן לידער אָנגעשריבן פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע הונדערט יאָר; צווישן זיי — אַננאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן, ציליע דראָפּקין, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי און די מעלבורנער פּאָעטעסע, הינדע בורשטין. צום טעקסט פֿון די לידער האָט מען לעצטנס צוגעפּאַסט נײַע עלעקטראָנישע מוזיק פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר דזשאָש אייבראַהאַמס. דאָס וועט זײַן דאָס ערשטע מאָל וואָס מע וועט הערן די ווערק פֿון די פֿרויען ווי זינגלידער.
דער קאַבאַרעט איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך דער דראַמאַטורגין און אַרטיסטין, גלית קלאַס, און אייבראַהאַמס. דער רעזשיסאָר איז גאַרי אייבראַהאַמס.
די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען דעם 21סטן, 22סטן און 24סטן יולי, 7:30 אין אָוונט, און דעם 25סטן — סײַ 2:00 נאָך מיטאָג, סײַ 7:30 אין אָוונט.
כּדי צו באַשטעלן בילעטן, גיט אַ קוועטש דאָ.
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
