ווען באַשעוויס איז צוגעקומען צו אונדזער טישThe time I. B. Singer came over to our table
ס׳איז אים מסתּמא געווען אַ חידוש וואָס אַ גרופּע יונגע סטודענטן פֿירן אַ זיצונג אויף ייִדיש אין אַ דײַנער לעבן זײַן שטוב.

Image by Getty Images
מיר, אַ פֿינעף קאָלעדזש־סטודענטן, האָבן איין מאָל, אין די 1970ער יאָרן, זיך געטראָפֿן אויף אַ זיצונג פֿון דער יוגנט־אָרגאַניזאַציע, יוגנטרוף, אין אַ דײַנער אויף דער וועסט־סײַד פֿון מאַנהעטן.
פּונקט אין דער בודקע אַנטקעגן, האָבן זיך פּלוצלינג אַוועקגעזעצט דער שרײַבער יצחק באַשעוויס מיט זײַן פֿרוי, אַלמאַ. ווי ס׳איז גוט באַקאַנט, האָט באַשעוויס יאָרן לאַנג געוווינט אין יענער געגנט.
יוגנטרוף איז אים נישט געווען פֿרעמד. ער האָט שוין געהאַט גערעדט אויף אונדזער יערלעכן צוזאַמענפֿאָר און נישט איין מאָל איז ער געקומען ווי אַ גאַסט אין ד״ר מרדכי שעכטערס קלאַסן אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט די סטודענטן.
איצט, וואַרטנדיק אויפֿן סאַרווער האָט ער, אַ פּנים, דערהערט ווי מיר שמועסן אויף ייִדיש. האָט ער זיך אויפֿגעשטעלט און איז צוגעקומען צו אונדזער בודקע. מיר האָבן אים באַגריסט און דערקלערט אַז מיר האַלטן אין מיטן פֿירן אַ יוגנטרוף־זיצונג.
זעענדיק, אַ פּנים, ווי ווייניק מענטשן ס׳זענען געקומען אויף אָט דער זיצונג האָט ער אונדז דערציילט, אַז אין וואַרשע איז אַ מאָל געווען אַ ייִדישע פּאַרטיי וואָס האָט געהאַט אַזוי ווייניק מיטגלידער, אַז ווען מע האָט אָפּגעהאַלטן אַ זיצונג האָט מען געדונגען אַ פֿיאַקער, זיך אַלע אַרײַנגעזעצט אין אים, און אָפּגעהאַלטן די זיצונג בשעת דער בעל־עגלה איז איין מאָל אַרומגעפֿאָרן די געגנט.
מיר האָבן זיך אַלע גוט צעלאַכט…
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
