קאָנצערט לכּבֿוד 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם פֿאָלקסזינגער אַרקאַדי גענדלער ז״לConcert in tribute to late folksinger Arkady Gendler, 100 years after his birth
דאָס וואָס גענדלער האָט געקענט אַזוי פֿיל זעלטענע פֿאָלקסלידער האָט אַ סך צוגעגעבן צום הײַנטיקן כּלי־זמר־רעפּערטואַר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 28סטן נאָוועמבער, 11 אַ זייגער אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט, וועט פֿאָרקומען אַ קאָנצערט אָנלײַן לכּבֿוד דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿאָלקסזינגער אַרקאַדי גענדלער ז״ל.
אויף דער אונטערנעמונג, וואָס ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער פֿייסבוק־גרופּע, „ייִדיש געזאַנג‟, וועלן אויפֿטרעטן אַ טייל פֿון די באַקאַנטסטע זינגער אויף ייִדיש: שורה ליפּאָווסקי, סאַשא לוריא, דזשאָש דאָלגין, ווי אויך אַ צאָל מומחים פֿון ייִדיש געזאַנג.
אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבער שטעטל סאָראָקע. בעסאַראַביע, איצט מאָלדאָווע, איז געווען איינער פֿון די איינציקע ראַיאָנען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ ייִדיש איז געבליבן אַ פֿאַרשפּרייטע לעבעדיקע שפּראַך במשך פֿון דער גאַנצער סאָוועטישער תּקופֿה.
כאָטש פֿון פֿאַך איז גענדלער געווען אַן אינזשעניר און כעמיקער, איז זײַן גרעסטע הנאה געווען צו זינגען ייִדישע פֿאָלקסלידער. נאָך זײַן פּענסיע איז ער אָפֿט געפֿאָרן אויף פֿעסטיוואַלן פֿון כּל־זמר־מוזיק איבער דער וועלט און געלערנט דעם עולם אַ גרויסע צאָל זעלטענע ייִדישע לידער, שפּילנדיק דערבײַ אַ וויכטיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם זשאַנער. אין 2001 האָט ער רעקאָרדירט זײַן ערשטן מוזיקאַלישן אַלבאָם אין בערקלי, קאַליפֿאָרניע, „מײַן שטעטעלע סאָראָקע‟, אין וועלכן ס׳איז אַרײַן אַ פֿריִער אומבאַקאַנט ליד פֿון איציק מאַנגער.
כּדי צו באַקומען דעם לינק צום קאָנצערט, גיט אַ קוועטש דאָ איין שעה פֿריִער.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
