דער פֿאָרווערטס גייט אויף וואַקאַציעThe Forverts is going on vacation
אָט האָט איר די לינקס צו פֿאָרווערטס־ווידעאָס, דיגיטאַלישע קעסטל־רעטענישן און אַרטיקלען וואָס קאָנען אײַך פֿאַרווײַלן בשעת דעם איבעררײַס.

Image by Getty Images
פֿון מאָנטיק, דעם 6טן דעצעמבער ביז פֿרײַטיק, דעם 10טן דעצעמבער וועט די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע נעמען אַ שטיקל הפֿסקה.
צום גליק קענט איר, במשך פֿון דער וואָך, ווײַטער הנאה האָבן פֿון אונדזערע ווידעאָס, דיגיטאַלישע קעסטל־רעטענישן און אַרטיקלען, דורכן געבן אַ קוועטש אויף די ווײַטערדיקע לינקס:
1) מאַכט איינס פֿון די אינטעראַקטיווע קעסטל־רעטענישן וואָס מע טוט ממש אויפֿן קאָמפּיוטער־עקראַן.
3) געניסט פֿון די אָן אַ שיעור קאָכפּראָגראַמען, אָנגעפֿירט פֿון די קעכינס שׂרה־רחל שעכטער, איוו יאַכנאָוויץ, ריקי רויז און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט.
4) לערנט זיך (און שיקט איבער אײַערע קרובֿים און פֿרײַנד) ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אויף מער ווי 100 טעמעס, דורכן קוקן אונדזער יוטוב־סעריע, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג‟ (Yiddish Word of the Day). טאָמער ווילט איר זען אַ קאַפּיטל אויף אַ געוויסער טעמע, קענט איר אויסזוכן די טעמע פֿון דער ליסטע דאָ.
איר קענט אויך לייענען אַלע אַרטיקלען וואָס איר האָט פֿאַרפֿעלט דורכן דורבלעטערן די פֿאָרווערטס־וועבזײַט, אָדער די פֿאָרווערטס־בולעטינען אין אײַער בליצפּאָסט.
ביז מיר זעען זיך ווידער, לאָמיר הערן נאָר גוטע בשׂורות!
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
