Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

כּ״ח ניסן — די דאַטע ווען מע האָט באַפֿרײַט בוכענוואַלד אין 1945Marking the date that Buchenwald was liberated in 1945

קיין גאַזקאַמערן האָט מען דאָרטן קיין מאָל נישט געבויט; די קרבנות האָט מען דערשאָסן, געהאָנגען אָדער דערשטיקט.

דער אַרטיקל איז לכתּחילה פּובליקירט געוואָרן דעם 4טן אַפּריל 2013

____________

שפּאַצירנדיק אויף די גאַסן פֿון דער דײַטשער שטאָט ווײַמאַר, גייט דורך אַ ציטער איבערן לײַב ווען מע דערזעט צום ערשטן מאָל אַ שטאָטישן אויטאָבוס מיטן וואָרט „בוכענוואַלד‟, אויפֿגעשריבן פֿון פֿאָרנט. אין אַזאַ מאָמענט כאַפּט מען זיך, אַז דער קאָנצענטראַציע־לאַגער בוכענוואַלד האָט זיך נישט געפֿונען אין קיין אָפּגעזונדערט אָרט, ווײַט פֿון דער דײַטשער באַפֿעלקערונג, נאָר איז ממש געווען ווי אַ פֿאָרשטאָט, און וואָס איז דאָרטן פֿאָרגעקומען, איז זיכער יעדן געווען באַקאַנט.

פֿאָרנדיק בלויז פֿופֿצן מינוט פֿונעם צענטער שטאָט ווײַמאַר, קומט מען שוין אָן קיין בוכענוואַלד, איינער פֿון די גרעסטע קאָנצענטראַציע־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. דעם לאַגער האָט די „עס־עס‟ אָנגעהויבן צו בויען אין 1937 פֿאַר געפֿאַנגענע מענער; פֿרויען האָט מען ערשט געפֿירט אַהין שפּעט אין 1943. קיין גאַזקאַמערן האָט מען דאָרטן קיין מאָל נישט געבויט — די קרבנות האָט מען דערשאָסן, געהאָנגען אָדער דערשטיקט. דער אומברענג איז, דער עיקר, פֿאָרגעקומען אינעם שטאַל, וואָס איז איינער פֿון די שרעקלעכסטע טיילן פֿונעם לאַגער־מוזיי הײַנט.

די ערשטע געפֿאַנגענע האָט מען אַהין פֿאַרשיקט צוליב פּאָליטישע טעמים, אָבער נאָך דער „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט מען 10,000 ייִדן געשיקט אַהין, וווּ מע האָט זיי געפּײַניקט. אַנדערע געפֿאַנגענע זענען געווען ציגײַנער, דײַטשע דעזערטירער און אַפֿילו דײַטשן, וועלכע האָבן נישט געקענט געפֿינען קיין אַרבעט — „אומגעזעלשאַפֿטלעכע‟. אין אַ ספּעציעלן אָרט אין לאַגער האָט מען געהאַלטן באַקאַנטע דײַטשע פּאָליטישע געפֿאַנגענע, צווישן זיי, ערנסט טעלמאַן, אַ פֿירער פֿון דער דײַטשער קאָמוניסטישער פּאַרטיי פֿאַר היטלערן. מע האָט אים אין בוכענוואַלד געהאַלטן עטלעכע יאָר, איידער מע האָט אים אומגעבראַכט אין 1944. זײַן סטאַטוע קען מען זען אין דער שטאָט ווײַמאַר. מעדיצינישע עקספּערימענטן האָט מען אויך דורכגעפֿירט אין בוכענוואַלד.

אין פֿעברואַר 1945 האָבן שוין 112,000 געפֿאַנגענע געטאָן צוואַנגס־אַרבעט אין בוכענוואַלד, געוויינטלעך בײַם פּראָדוצירן געווער. באַנרעלסן, וועלכע האָבן דערגרייכט צום לאַגער, האָט מען געבויט אין 1943, וואָס האָט דערמעגלעכט צוצושטעלן די מלחמה־זאַפּאַסן. אַ טוריסט הײַנט אין דעם שטח פֿון דײַטשלאַנד וועט געפֿינען כּלערליי שילדן אויף די באַנסטאַנציעס און אין די אַמאָליקע באַנהויפֿן אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון די באַנען אינעם חורבן פֿון ייִדן. אַזוינע שילדן האָב איך געזען אין ווײַמאַר אויף אַ זײַטיקער גאַס אין אַ גרויסן סקלאַד, וואָס איז אַמאָל געווען אַ באַנהויף, און אין דער שטאָט ערפֿורט, אין מיטן פֿון דער הײַנטיקער באַן־סטאַנציע.

ווען די רויטע אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו די לאַגערן אין פּוילן, האָט מען טויזנטער ייִדן געטריבן קיין בוכענוואַלד ,וווּ זיי זענען אָנגעקומען אין יאַנואַר 1945. ווען די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט זיך דערנענטערט צו בוכענוואַלד אין אַפּריל 1945, האָבן די דײַטשן עוואַקויִרט 28,000 געפֿאַנגענע, און אַ דריטל איז געשטאָרבן אויפֿן וועג. דעם 11טן אַפּריל אין דער פֿרי האָבן די קאַצעטלער איבערגענומען דעם קאָנטראָל פֿונעם לאַגער, און שפּעטער מיט אַ טאָג זענען אָנגעקומען די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן און דאָרטן געפֿונען 21,000 מענטשן. צווישן די מיליטער־לײַט איז געווען דער אָנגעזעענער אַמעריקאַנער רבֿ הערשל שעכטער.

אינעם הײַנטיקן בוכענוואַלד־לאַגער־מוזיי האָט אויף מיר געמאַכט אַ ספּעציעלן אײַנדרוק אַ וויטרינע פֿון פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון די געפֿאַנגענע ייִדן און ציגײַנער, ווען זיי זענען ערשט אָנגעקומען אין לאַגער. בײַ די עלטערע לײַט, זעט מען אויפֿן פּנים זאָרג און פֿאַרצווײפֿלונג; אָבער בײַ אַ טייל ייִנגערע, נאָר 14 אָדער 15 יאָר אַלט, זעט מען, אַ שמייכל אַפֿילו; אַ סימן, אַז זיי האָבן נאָך נישט פֿאַרשטאַנען אין גאַנצן זייער דעמאָלטיקן מצבֿ.

נאָך דער מלחמה האָט דאָס סאָוועטיש־אָקופּירטע דײַטשלאַנד געניצט דעם בוכענוואַלד־לאַגער פֿאַר די אַרעסטירטע, פֿאַרבונדן מיט די נאַציס, אָדער מיט אַנטי־סאָוועטישע אַקטיוויטעטן, און דאָס האָט אויך אַרײַנגענומען יוגנטלעכע. מע רעכנט, אַז מער ווי 40,000 זענען דאָרטן אומגעקומען נאָכן חורבן. אין אַ נײַעם מוזיי וועגן דער תּקופֿה, געבויט הינטער דעם חורבן־מוזיי אין לאַגער, דערציילט מען, דורך פֿאָטאָגראַפֿיעס און דאָקומענטן, די געשיכטעס פֿון די אַרעסטירטע. עס געדענקט זיך איין מאַן, וואָס האָט געטענהט, אַז זײַנע שכנים האָבן אים געמסרט בלויז ווײַל זיי האָבן געוואָלט האָבן זײַן דירה.

בײַם צווייטן וויזיט צום בוכענוואַלד האָב איך ערשט געזען די מאַסיווע אָנדענק־סטאַטועס, געבויט בשעת דער קאָמוניסטישער דײַטשער רעגירונג, אַ קילאָמעטער פֿונעם לאַגער. ווי בײַ ס׳רובֿ סאָוועטישער רעאַליסטישער סקולפּטור־קונסטווערק פֿון דעם מין, האָט מען געבויט אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב, און עס מאַכט טאַקע אַ רושם. עס האָט געדויערט פֿיר יאָר צו בויען דעם ריזיקן מאָנומענט מיט צענדליקער סטאַטועס, און אין סעפּטעמבער 1958 האָט מען דאָס פֿאַרענדיקט. פֿאַר אַ הויכן גלאָקטורעם האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ מאָנומענט פֿון פֿריץ קרעמער אָפּצוגעבן כּבֿוד די קעמפֿער־אַנטיפֿאַשיסטן. אינעם גאַנצן אָנדענקפּאַרק שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די קאָמוניסטישע קעמפֿער, מיט אַ קנאַפּער אָנערקענונג פֿון די ייִדן. אינעם לאַגער אַליין האָט מען יאָ אויפֿגעשטעלט אַן אָנדענקשילד לזכר די ייִדן. דאָס האָט מען געבויט מיט די שטיינער פֿון אַ שטיינערײַ, פֿון וואַנען די ייִדישע קאַצעטלער האָבן געשלעפּט די שטיינער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.