מרים יודל ווערט דירעקטאָרין פֿון יודאַיִסטיק־אָפּטייל בײַ עמאָרי־אוניווערסיטעטMiriam Udel picked as director of Jewish Studies at Emory University
די פּראָפֿעסאָרין זעצט איבער ייִדישע קינדער־ליטעראַטור און האָט געהאָלפֿן פּראָדוצירן אַ ווידעאָ פֿון כאַווער פּאַווערס קינדערבוך, „לאַבזיק“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
עמאָרי־אוניווערסיטעט האָט די וואָך געמאָלדן אַז די פּראָפֿעסאָרין פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, ד״ר מרים יודל, וועט אין גיכן ווערן די נײַע דירעקטאָרין פֿונעם יודאַיִסטיק־אָפּטייל, וואָס ווערט באַצייכנט ווי דער טעם־אינסטיטוט.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט דער טעם־אינסטיטוט, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם ביז־איצטיקן דירעקטאָר עריק גאָלדשטיין, אָנגענומען אַן אייגנאַרטיקן ציל אין דער אַקאַדעמישער וועלט: צו אַרבעטן בשותּפֿות מיט אַנדערע אָפּטיילן פֿונעם אוניווערסיטעט ווי רעליגיע, געשיכטע, ליטעראַטור, פּאָליטישער וויסנשאַפֿט און עטנאָגראַפֿיע, כּדי אויסצוברייטערן די פּערספּעקטיוו פֿון די פֿאָרשונגען און פּראָיעקטן וואָס ווערן דורכגעפֿירט דורכן פֿאַקולטעט פֿון יודאַיִסטיק.
דער אוניווערסיטעט האָט באַצייכנט יודל ווי אַן אידעאַלער קאַנדידאַט פֿאַר אַזאַ וויזיע. איר בוך, „האָניק אויף דער זײַט: אַ זאַמלונג פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור“ — אַן אַנטאָלאָגיע פֿון פֿאָרש־מקורים וואָס זי האָט אויסגעקליבן און איבערגעזעצט אויף ענגליש, האָט אין 2020 געוווּנען אַן אויסצייכענונג פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע ביבליאָטעקן“.
יודל האָט אויך, אין איינעם מיט דזשייק קראַקאָווסקי, פּראָדוצירט אַ ווידעאָ פֿון כאַווער פּאַווערס קינדערבוך (1935) וועגן אַ חנעוודיק הינטל, לאַבזיק, אין דער ענגלישער איבערזעצונג. מער ווי 5,000 מענטשן האָבן דאָס געזען.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
