ווידעאָ: אַ לויבגעזאַנג פֿאַרן „לינקן” הינטל, לאַבזיקWATCH: An ode to the leftist dog, Labzik
דער אַקטיאָר מיכל יאַשינסקי זינגט וועגן דעם הינטעלע, וועמענס גורל עס איז „צו שטעקן זײַן שנוק אין רעוואָלוציעס טיר‟.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג האָט מען טראַנסמיטירט אַן אַנימירטע פֿאָרשטעלונג אויף ייִדיש און ענגליש אויפֿן סמך פֿון כאַווער פּאַווערס פּאָפּולערע קינדער־דערציילונגען וועגן דעם „לינקן‟ הינטעלע, „לאַבזיק‟.
די אַנימאַציע, פּראָדוצירט דורך סטודענטן בײַם „עמאָרי‟־אוניווערסיטעט, וווּ עס אַרבעט די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע און „לאַבזיק‟־איבערזעצערין מרים יודל, האָט אַרײַנגענומען די קולות פֿון עטלעכע פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, מיט מיכל יאַשינסקי בראָש.
לעצטנס האָט מען אויף יוטוב אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ פֿונעם אָנהייב — אַ מין לויבגעזאַנג פֿאַר לאַבזיקן, אין וועלכן יאַשינסקי, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע הומאָריסטישע ייִדישע לידער, זינגט אַ פּאַראָדיע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. עס באַגלייטן אים לאָרין סקלאַמבערג, דער הויפּטזינגער פֿון די „קלעזמאַטיקס‟, און די אַקטריסע ליסאַ פֿישמאַן. דער טעקסט פֿונעם ליד, וואָס דינט ווי אַ מין תּמצית פֿון דער גאַנצער פֿאָרשטעלונג, איז שאַפֿעריש, בפֿרט אַז מע פֿאַרגלײַכט די ענגלישע אונטערקעפּלעך מיט די ייִדישע ווערטער. להיפּוך צום ווײַסן ציגעלע אין „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟, וואָס וועט ווערן אַ סוחר, איז לאַבזיקס גורל צו „שטעקן דעם שנוק אין רעוואָלוציעס טיר‟. און דאָס טוט ער טאַקע אין כּמעט יעדן מאָמענט פֿונעם פֿילם.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
