אַ וועגווײַזער צו די קאָרפּוס־אינטערוויוען מיט אייראָפּעיִשע ייִדיש־רעדערA guide to the Corpus interviews with European native Yiddish speakers
פֿאַר סטודענטן זענען די ייִדישע אונטערקעפּלעך זייער ניצלעך ווײַל זיי העלפֿן בעסער פֿאַרשטיין וואָס די אינטערוויויִרטע זאָגן

אַ ווערטער־מאַפּע אין דער „קאָרפּוס“־וועבזײַט ווײַזט וווּ מע האָט געזאָגט „ניט“ און וווּ — „נישט“ אין מיזרח־אייראָפּע Courtesy of the Corpus of Spoken Yiddish in Europe
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
אַ דאַנק דעם נײַעם „קאָרפּוס פֿון דער ייִדישער שמועסשפּראַך אין אײראָפּע“ (קיש״אָ) קענען ייִדיש־סטודענטן אינטעראַקטיװ פֿאָרשן װידעאָ־אינטערװיוען מיט כּמעט 200 געבױרענע ייִדיש־רעדערס װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
פֿאַרשטײט זיך, אַז אַזאַ עדות־זאָגן פֿון לעבן געבליבענע איז רײַך מיט היסטאָרישער אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם ייִדישן לעבן פֿאַר, בעת און נאָכן חורבן. ווי עס שרײַבט דזשעפֿרי שאַנדלער אין דעם אַרטיקל, קאָנצענטרירט זיך דער קאָרפּוס אָבער, דער עיקר, אױף שפּראַך־ענינים — אױף װי אַזױ די שמועסשפּראַך װאַרפֿט אַ שײַן אױפֿן אַמאָליקן טאָג-טעגלעך ייִדיש איבער מיזרח־אײראָפּע. אַזאַ טראָפּ לײגט זיך אױפֿן שׂכל, װײַל דער פּראָיעקט איז געװען די המצאה פֿון אײַזיק בלימאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לינגװיסטיק אין קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט, בערקלי.
די װידעאָ־אינטערװיוען אינעם קאָרפּוס שטאַמען פֿונעם אַרכיװ פֿון דער װיזועלער געשיכטע, װאָס איז אַ טײל פֿון דער שואה־פֿונדאַציע בײַם דרום־קאַליפֿאָרניער אוניװערסיטעט. ס׳רובֿ פֿון די ווידעאָס האָט מען רעקאָרדירט אין די 1990ער יאָרן, װען אַ גרױסע צאָל פֿון דער שארית־הפּליטה האָט נאָך געלעבט. דער פֿונדאַציע־אַרכיװ באַשטײט פֿון טױזנטער אינטערװיוען אױף פֿאַרשײדענע שפּראַכן; דערווײַל באַטרעפֿט דער קאָרפּוס 172 פֿון די ייִדיש־שפּראַכיקע אינטערװיוען. אַרום די דאָזיקע ווידעאָס האָט בלימאַן געשאַפֿן דיגיטאַלישע מכשירים, װאָס ייִדיש־סטודענטן קענען ספּעציעל געניסן דערפֿון.
דאָ האָט מען צוטריט צו די אינטערװיוען פֿונעם קאָרפּוס. זײ זענען אַלפֿאַבעטיש אױסגעסדרט לױטן משפּחה־נאָמען פֿונעם רעדער. אין דער רשימה נעמען זעט מען אַ בילד פֿון יעדן מענטש צוזאַמען מיט זײַן געבױרן־אָרט אױף ייִדיש און ענגליש, זײַן מין און זײַן עלטער בעת דעם אינטערװיו. אַ „קאָד“ װײַזט אָן װאָסער ייִדיש־דיאַלעקט זײ רעדן׃ צפֿון־מיזרח־ייִדיש (NEY), צענטראַל־ייִדיש (CY), אָדער דרום־מיזרח־ייִדיש (SEY). מען קען אױך אַ זוך טאָן לױטן רעדערס נאָמען, געבױרן־אָרט, מין אָדער דיאַלעקט.
װען מען גיט אַ קוועטש אױפֿן בילד אָדער נאָמען פֿונעם ייִדיש־רעדער באַקומט מען װײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם רעדער, אַרײַננעמענדיק מאַפּעס מיט זײער געבױרן־אָרט און אינטערװיו־אָרט. יעדער אינטערװיו ווערט באַגלייט מיט ייִדישע אונטערקעפּלעך. די דאָזיקע אונטערקעפּלעך זענען ניט געשאַפֿן געװאָרן פֿון אײ־אײַ, אָבער פֿון אַ קלײנער גרופּע מומחים. פֿאַרשטײט זיך אַז אַזאַ פֿאַרלאָזלעכער אָנשפּאַר איז גאָר נוצלעך פֿאַר סטודענטן. איך אַליין האָב זיך צוגעהערט צו אַ פּאָר אינטערװיוען אָן די ייִדישע אונטערקעפּלעך (כ׳האָב פֿאַרמאַכט די אױגן, אָבער מע קען אױך „באַהאַלטן“ די אונטערקעפּלעך דורכן קוועטשן אַ קנעפּל) און אַ צווייט מאָל — מיט זײ. אָן אַ ספֿק האָב איך פֿאַרשטאַנען אַ סך מער מיט זײ. די אונטערקעפּלעך זענען אַגבֿ ניט איבערגעזעצט אױף ענגליש — מען קען זײ לײענען בלויז אױף ייִדיש.
אונטער יעדן װידעאָ געפֿינט זיך אַ טאַבעלע מיט די טראַנסקריפּציעס, אױף אַ בלױען הינטערגרונט. יעדע פֿראַזע איז אַ פֿאַרבינדונג אױף די דאָזיקע װערטער אינעם װידעאָ. דערווײַל זענען די טראַנסקריפּציעס אין דער טאַבעלע מערסטנס אױף לאַטײַנישע אותיות, כאָטש אין עטלעכע פֿאַלן קען מען אױך אױסקלײַבן ייִדישע אותיות. מיט דער צײַט װעט מען אָפֿטער האָבן אַ ברירה.
װײַטער אונטן קען מען אַראָפּלאָדן אַן אױדיאָ־טעקע פֿונעם אינטערװיו, און אַ דאָקומענט מיטן גאַנצן טראַנסקריבירטן טעקסט. פֿאַרשטײט זיך אַז אױף דערװײַל זענען די טראַנסקריפּציעס, װי די אונטערקעפּלעך, מערסטנס אױף לאַטײַנישע אותיות.
נאָך אַ קאָרפּוס־מכשיר, װאָס הײסט די װערטער־מאַפּעס, װעט ספּעציעל צוציִען סטודענטן װאָס פֿאַראינטערעסירן זיך אין דיאַלעקטן. איך אַליין װײס גאָרניט װעגן דעם, בין איך טאַקע פֿאַרכאַפּט געװאָרן דערפֿון. מען קען דאָרטן זוכן אַ ייִדיש װאָרט כּדי צו זען אין װעלכע אינטערװיוען דאָס װאָרט באַװײַזט זיך. דאָס געבױרן־אָרט פֿון די רעדערס װאָס ניצן דאָס װאָרט װײַזן זיך אַרױס אױף אַ מאַפּע. אַזױ באַקומט מען אַ רושם פֿון די געאָגראַפֿישע ראַיאָנען װוּ דאָס װאָרט איז געװען פֿאַרשפּרײט.
מען קען אױך פֿאַרגלײַכן צװײ װערטער אָדער נוסחאָות פֿון אַ װאָרט. איך האָב למשל פֿאַרגלײַכט „געבראַכט“ און „געברענגט“, װאָס זענען בײדע פֿאַרגאַנגענע פּאַרטיציפּן פֿון „ברענגען“. אױף דער מאַפּע האָב איך געזען אַז „געבראַכט“ באַװײַזט זיך זײער אָפֿט אין צפֿון־מיזרח־ייִדיש, און „געברענגט“ ניצט מען דער עיקר אױף צענטראַל־ייִדיש. דאָס זוכן װערטער פּאָרנװײַז איז טאַקע אַ ביסל אַדיקטיװ! ס’איז אָבער װיכטיק איבערצולײענען די אינסטרוקציעס כּדי צו פֿאַרשטײן די רעזולטאַטן.
דער קאָרפּוס שטעלט אױך צו אַן אינטעראַקטיװע היסטאָרישע מאַפּע. אױף דער מאַפּע געפֿינען זיך די געבױרן־ערטער פֿון די רעדערס: װען מען גיט אַ קוועטש אױף אַן אָרט זעט מען אַ פּינטל פֿאַר יעדן רעדער װאָס איז דאָרטן געבױרן געװאָרן — די פּינטלעך זענען דיגיטאַלישע פֿאַרבינדונגען צו די דאָזיקע אינטערװיוען. מען קען אױך זוכן דעם נאָמען פֿון אַ רעדער אָדער פֿון אַן אָרט אין אַ זוך־קעסטל.
דערצו געפֿינט זיך אונטער דער מאַפּע אַ קנעפּל װאָס מען קען רוקן כּדי צו זען װי אַזױ די פּאָליטישע גרענעצן האָבן זיך געענדערט מיט דער צײַט. מען קען אױסזומירן (zoom out, בלע״ז) כּדי צו זען גאַנץ אײראָפּע אָדער אײַנזומירן אױף אַ ספּעציפֿישן ראַיאָן. מען קען אױך אױסקלײַבן עטלעכע „שיכטן“ װאָס באַװײַזן זיך אױף דער מאַפּע, למשל די גרענעצן צװישן ייִדיש־דיאַלעקטן. נאָך אַ מאָל איז עס װיכטיק איבערצולײענען די „נאָטיצן“, װאָס דערקלערן די פֿאַרשײדענע ברירות.
אינעם אָפּטײל װאָס הײסט „גלאָסעס“ קען מען לײענען אַרטיקלען פֿון בלימאַן און די קאָרפּוס־טראַנסקריבירערס װעגן דער ייִדיש־פּעדאַגאָגיק, און װעגן דער שפּראַך אין די אינטערװיוען. כאָטש די אַרטיקלען זענען מסתּמא געצילעװעט אױף פֿאָרשערס און לערערס קענען זײ אױך פֿאַראינטערעסירן סטודענטן.
מיט דער צײַט װעט זיך דער קאָרפּוס פֿאַרגרעסערן און צושטעלן נאָך װײַטערדיקע אינטערװיוען און מכשירים. פֿאַרשטײט זיך אַז ער איז שױן אַ װיכטיקער רעסורס פֿאַר ייִדיש־סטודענטן. פֿאָרשט דאָס װעבזײַטל אַלײן — איר װעט זיך אַ סך דערוויסן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
