ווידעאָ: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד די לידער פֿון ביילע שעכטער גאָטעסמאַןVIDEO: Celebrating the songs and poetry of Beyle Schaechter Gottesman

Photo by wikipedia
דעם 7טן אויגוסט איז געוואָרן 102 יאָר זינט ס׳איז געבוירן געוואָרן די באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטעסע און קינסטלערין, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן.
לכּבֿוד דעם יום־טובֿ ברענגען מיר אײַך אַ ווידעאָ, וואָס מע האָט צונויפֿגעשטעלט לכּבֿוד איר הונדערסטן געבוירן־טאָג אין 2020.
דער ווידעאָ, פּראָדוצירט פֿונעם ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער בשותּפֿות מיטן צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ, נעמט אַרײַן אויפֿטריטן פֿון מיישקע אַלפּערט, דוד בראַון, איציק גאָטעסמאַן, אסתּר גאָטעסמאַן, עטל ריים און אַ צאָל אַנדערע. שיין בייקער איז דער קאָנפֿעראַנציע.