„הערי פּאָטער“־איבערזעצער אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט וועט האַלטן רעפֿעראַט אין שטאָקהאָלם Arele Schaechter Viswanath, translator of ‘Harry Potter’ into Yiddish, to speak in Stockholm
דער סעמינאַר וועט אויך אַרײַננעמען וואַרשטאַטן אין קלענערע גרופּעס וועגן דעם איבערזעצן ווערק וועגן כּישוף אויף ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 13טן נאָוועמבער וועט אין שטאָקהאָלם, שוועדן, פֿאָרקומען אַ סעמינאַר וועגן איבערזעצונג אויף ייִדיש, בײַ וועלכן אַרעלע שעכטער ווישוואַנאַט, דער איבערזעצער פֿונעם ראָמאַן „הערי פּאָטער“, וועט זײַן דער הויפּטרעדנער. אַנדערע עקספּערטן וועלן אויך אויפֿטרעטן.
די אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון 9 ביז 17 אַ זייגער, וועט זײַן אויף ייִדיש און איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. זי ווערט געשטיצט דורכן אינסטיטוט פֿאַר שפּראַך און פֿאָלקלאָר (דער שפּראַכצענטער פֿאַר ייִדיש און דער שפּראַך־ראַט) און דעם אייראָפּעיִשן אינסטיטוט פֿון יודאַיִסטיק, „פּײַדייאַ“.
די אָנטיילנעמער דאַרפֿן נישט זײַן קיין איבערזעצער; עס איז גענוג צו זײַן פֿאַראינטערעסירט אין דער טעמע, ייִדיש־איבערזעצונג. מען דאַרף אָבער זײַן גרייט זיך צוצוהערן צו ייִדיש, און באַזירט אויף די אייגענע פֿעיִקייטן, איבערזעצן אויף ייִדיש אין גרופּעס בעל־פּה און בכּתבֿ. דער ציל איז אַז יעדער באַטייליקטער זאָל זיך קענען אַנטוויקלען אין וואָסער מדרגה ער אָדער זי געפֿינט זיך.
כּדי אָנטיילצונעמען דאַרף מען זיך מעלדן פֿאַרן 3טן נאָוועמבער דורך דעם אָ בליצפּאָסט־אַדרעס: [email protected]
מענטשן וואָס האָבן ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן וואָס שייך דעם עסן זאָלן דאָס אָנגעבן אינעם בליצבריוו.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
