טשיקאַוועסן: פֿייגל־ענטוזיאַסטן פֿאַרזאַמלען זיך אין דרום־ישׂראל • ייִדן פֿאַרפֿלאַנצן טייטלביימער אין מעדינאַ, סאַודיעTidbits: Birders gather in southern Israel • Jews plant palm trees in Medina, Saudi Arabia
די פֿאַרזאַמלטע האָבן זיך באַטייליקט אין אַ קאָנקורס צו פֿאָטאָגראַפֿירן וויפֿל מינים פֿייגל זיי קענען במשך פֿון אַ מעת־לעת

Graphic by Angelie Zaslavsky
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:
טשיקאַוועסן: פֿייגל־ענטוזיאַסטן פֿאַרזאַמלען זיך אין דרום־ישׂראל • ייִדן פֿאַרפֿלאַנצן טייטלביימער אין מעדינאַ, סאַודיע
מער ווי 150 מענטשן פֿון קאָלומביע, קאַזאַכסטאַן, בולגאַריע, פֿינלאַנד און דעם גרויסן קיניגרײַך זענען די וואָך געקומען קיין ישׂראל, כּדי זיך צו באַטייליקן אין אַ פֿאַרמעסט צו געפֿינען און פֿאָטאָגראַפֿירן וויפֿל מינים פֿייגל זיי קענען במשך פֿון אַ מעת־לעת.
די הײַיאָריקע געווינערס זענען קליל צײַטלין מיט זײַן ברודער אַסף און טאַטן אַבֿנר, וואָס האָבן געפֿונען 181 מינים.
דער ציל פֿון די יערלעכע פֿאַרמעסטן איז צו זאַמלען געלט צו באַשיצן די מינים פֿייגל וואָס זענען אין סכּנה פֿון אונטערגאַנג צוליב אומלעגאַלע געיעגן נאָך זיי. הײַיאָר האָבן די קאָנקורענטן געזאַמלט מער ווי $35,000 צו באַשיצן דעם גאַנדז מיט אַ רויט העלדזל — אַ זעלטענעם מין פֿויגל וואָס מיגרירט יעדן האַרבסט פֿון דער טונדרע אין צפֿון רוסלאַנד ביז קאַזאַכסטאַן און דערנאָך בולגאַריע.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
•
ווי אַ סימן פֿון צווישן־רעליגיעזער פֿרײַנדשאַפֿט האָט אַן ערדאַרבעטער אין מעדינאַ — אַ הייליקע שטאָט בײַ די מוסולמענער — פֿאַרבעטן אַ גרופּע בריטישע ייִדן, קריסטן און מוסולמענער דאָרט צו פֿאַרפֿלאַנצן טייטלביימער.
ביז פֿינעף יאָר צוריק האָט סאַודיע פֿאַרווערט נישט־מוסולמענער צו זײַן אין מעדינאַ.
צווישן די געסט פֿון ענגלאַנד זענען געווען עטלעכע אָנגעזעענע געשעפֿטסלײַט און פֿילאַנטראָפּן, אַ געשיכטע־פּראָפֿעסאָר און פֿאָרשער פֿון קיימברידזש־אוניווערסיטעט.
איידער איסלאַם האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין מעדינאַ אין יאָר 622 האָבן אין דער שטאָט געווינט אַ סך ייִדן, צווישן זיי — אייגנטימער פֿון טייטלבוים־סעדער.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
