אין דעם ליד זאָרגט זיך אַ פֿרוי, צי איר משפּחה וועט האָבן וואָס צו עסן אויף שבתIn this song, a woman worries if her family will have what to eat for shabbos
צוויי נוסחאָות פֿונעם ליד „מנשה“ — אַ פֿאָלקסטימלעכער און אַ פּראָפֿעסיאָנעלע רעקאָרדירונג פֿון דזשאַן פּירס

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָב איך באַקומען אַ וואַטסעפּ מיט אַ ווידעאָ פֿון אַן עלטערן ייִד, וואָס זינגט דאָס ליד „מנשה“, וועגן אַ פּאָרפֿאָלק וואָס שפּאַרט זיך ווײַל דאָס ווײַב זלאַטע וויל אַז איר מאַן מנשה זאָל אַוועקלייגן די גמרא און גיין באָרגן געלט, מע זאָל האָבן אויף שבת.
כאָטש ס׳קלינגט ווי אַ פֿאָלקסליד, קען מען עס נישט רופֿן אַזוי ווײַל מע ווייסט ווער ס׳האָט עס געשאַפֿן. דער טעקסט איז פֿון מאָריס רונד און די מעלאָדיע — פֿון דזשוליוס (ייִדל) דזשאַפֿי.
ווען מע באַקומט אַ וואַטסעפּ איז כּמעט אוממעגלעך צו געפֿינען ווער ס׳האָט אים אַרויסגעשיקט, ווייס איך נישט ווער ס׳זינגט דאָס ליד. פֿונעם אַקצענט זײַנעם קען מען זיך אָבער משער זײַן אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן.
געוויסע טיילן פֿונעם ווידעאָ זענען מיר געווען אַ ביסל שווער צו הערן צוליב דעם רעש אין הינטערגרונט. האָב איך אויף יוטוב געפֿונען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע רעקאָרדירונג פֿון דעם ליד, געזונגען פֿונעם באַקאַנטן טענאָר דזשאַן פּירס.
צוריקגערעדט, כאָטש אין פּירסעס רעקאָרדירונג קען מען טאַקע הערן אַלע ווערטער, און זײַן קול איז אויסערגעוויינטלעך, מוז איך זאָגן אַז איך האָב פֿאָרט מער הנאה פֿונעם פֿאָלקסטימלעכן סטיל וואָס מע הערט אויפֿן וואַטסעפּ!
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
