טשיקאַוועסן: סידור פֿאַרקויפֿט פֿאַר 57,000 פֿונט • אַ דענקמאָל לזכּרון קרבנות פֿון דער אינקוויזיציעTidbits: Prayer book sells for 57,000 pounds • A memorial for victims of the Inquisition
דער סידור האָט אַ פּנים אַ מאָל באַלאַנגט צום אייניקל פֿונעם חשובֿן דײַטשן רבֿ און תּלמודיסט יעקבֿ עמדען (1697־1776).

Graphic by Angelie Zaslavsky
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם אוידיאָ דאָ:
אַ זעלטענער סידור פֿונעם יאָר 1757 איז לעצטנס פֿאַרקויפֿט געוואָרן אין ענגלאַנד פֿאַר 57,000 פֿונט — פֿינעף מאָל העכער ווי דער אָפּשאַץ־פּרײַז. די פֿאַרקויפֿער זענען געווען צוויי פּענסיאָנירטע לערער, סוזען און מאַרטין ווילסאָן פֿון קומבריע, צפֿון־ענגלאַנד.
לויט אַן אויפֿשריפֿט אינעם בוך, זעט אויס אַז דער סידור האָט אַ מאָל באַלאַנגט צום אייניקל פֿונעם חשובֿן דײַטשן רבֿ און תּלמודיסט יעקבֿ עמדען (1697־1776).
דאָס פּאָרפֿאָלק איז געקומען צום ליציטאַציע־הויז „האַנסאָנס“ כּדי צו הערן זײַן אָפּשאַצונג פֿון אַ בוך זייערס פֿון האַרי פּאָטער. אין איין וועגס האָבן זיי מיטגעבראַכט דעם סידור, וואָס האָט אַ מאָל באַלאַנגט צו סוזענס פֿעטער אין אַמסטערדאַם, און האָבן געפֿרעגט צי ס׳איז עפּעס ווערט. אַן עקספּערט און אַ צווייטער קונה האָבן שטאַרק געלויבט דאָס געפֿינס. „האַנסאָנס“ האָט באַשלאָסן עס צו ליציטירן פֿאַר צווישן 5,000 און 10,000 פֿונט, אָבער דער אינטערעס איז געווען אַזוי שטאַרק אַז צום סוף האָט מען עס פֿאַרקויפֿט פֿאַר 57,000 פֿונט.
•
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט מען אין פּאָרטאָ, פּאָרטוגאַל אויפֿגעדעקט אַ דענקמאָל לזכּרון די ייִדן וואָס זענען דערהרגעט אָדער פֿאַרטריבן געוואָרן דורך דער פּאָרטוגעזישער אינקוויזיציע פֿון 1536 ביז 1821. ניצנדיק דאָקומענטן וואָס זענען לעצטנס דיגיטאַליזירט געוואָרן, האָט מען אַנטדעקט אַז עס זענען פֿאַרמישפּט געוואָרן 842 ייִדן צווישן 10 און 110 יאָר אַלט.
דער דענקמאָל, וואָס איז דעדיקירט געוואָרן אינעם אייראָפּעיִשן טאָג פֿון דער ייִדישער קולטור, געפֿינט זיך אויף דער דרויסנדיקער וואַנט פֿון דער שטאָטס ייִדישן מוזיי. לעבן יעדן נאָמען שטייט די דאַטע פֿונעם אויטאָדאַפֿע — דער צערעמאָניע ווען דער ייִד איז פֿאַרמישפּט געוואָרן.
דערווײַל האָט די אָרטיקע קהילה אָנגעשטעלט היסטאָריקער זיך צו דערוויסן מער וועגן די 842 מענטשן וואָס געפֿינען זיך אויף דער רשימה און מע האָט בדעה איבעראַיאָר אַרויסצוגעבן אַ בוך וועגן זייערע געשיכטעס.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
