Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואָסערע ראָלע האָבן איבערזעצונגען געשפּילט אין דער ייִדישער ליטעראַטור? What role did translation historically play in Yiddish literature?

אין וואַרשע זענען ס׳רובֿ איבערזעצונגען געווען שונד, בשעת װילנע איז געװען דער צענטער פֿון „ערנסטער“ ייִדישער קולטור.   

איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן האָבן פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער פּראָדוקציע. דאָס איז אַװדאי ניט קײן חידוש װײַל אַ ליטעראַרישער אױסטױש איז אַן אוניװערסאַלע דערשײַנונג. מיט װאָס אָבער איז ייִדיש געװען אַנדערש פֿון אַנדערע קולטורן װאָס שײך דער ראָלע פֿון איבערזעצונגען? די דאָזיקע פֿראַגע װערט אַרומגערעדט אינעם נײַעם זאַמלבוך „מאַמע־לשון—װעלט־ליטעראַטור: ייִדיש און איבערזעצונג“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון אפֿרת גל־עד און דאַריאַ װאַכרושאָװאַ. דאָס בוך נעמט אַרײַן אַרטיקלען אויף ענגליש, דײַטשיש און ייִדיש.

פּראָפֿעסאָסר נתן כּהן (בר־אילן־אוניװערסיטעט) עפֿנט דאָס זאַמלבוך מיט אַ פּרטימדיקן היסטאָריש־ביבליאָגראַפֿישן איבערזיכט פֿון דער בלי־תּקופֿה פֿון איבערזעצונגען אױף ייִדיש צװישן די יאָרן 1890 ביז 1939. ער דערקלערט, אַז די צילן פֿון פֿאַרלעגערס זײַנען געװען פֿאַרשײדענע. אײניקע האָבן געזוכט רװח און אַרױסגעגעבן „שונד“, ביליקע מאַסן־ליטעראַטור אין טאַנדעטנע איבערזעצונגען, דער עיקר פֿון דײַטשיש און פֿראַנצײזיש.

אַנדערע האָבן בדעה געהאַט צו העכערן דעם קולטורעלן ניװאָ פֿונעם ייִדישן לײענער דורכן אַרױסגעגעבן פּאָפּולערע װיסנשאַפֿטלעכע חיבורים און ליטעראַרישע װערק פֿון אַ העכערער קינסטלערישער קװאַליטעט. דער דאָזיקער אונטערשיד האָט אַ געאָגראַפֿישע דימענסיע. װאַרשע און ניו־יאָרק זײַנען געװען די גרעסטע צענטערס פֿון קאָמערציעלן פֿאַרלעגערײַ, בעת װילנע איז געװען די הױפּטשטאָט פֿון דער „ערנסטער“ ייִדישער קולטור. אַ היפּשע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט אידעאָלאָגיע. דער „בונד“, װאָס איז געװען ספּעציעל שטאַרק אין װילנע, האָט באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון דער אַלגעמײנער בילדונג פֿאַר ייִדישע אַרבעטער־מאַסן און געשטיצט איבערזעצונגען פֿון ביכער װעגן געשיכטע, פּאָליטיק און עקאָנאָמיק.

דער אידעאָלאָגישער אַספּעקט איז געװאָרן בולטער נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען די ייִדישע װעלט האָט זיך צעשפּאָלטן אױף דרײַ צענטערס: דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פּױלן און אַמעריקע. אין איר אַרטיקל, אָנגעשריבן אױף ייִדיש, באַטראַכט נאַטאַליע קריניצקאַ (מעדעם־ביבליאָטעק, פּאַריז) די קריטישע װיכּוחים אַרום דעם ענין איבערזעצונג, װאָס איז געװאָרן „אַ ברענענדיקע טעמע“ אין דער ייִדישער פּרעסע אין פּױלן אין די 1920ער יאָרן.

ליטעראַרישע איבערזעצונגען, שרײַבט קריניצקאַ, האָבן דעמאָלט באַטראָפֿן אַ היפּשן חלק פֿון דער ייִדישער ביכער־פּראָדוקציע אין דער נײַ־אױפֿגעקומענער פּױלישער רעפּובליק. דער דאָזיקער אױפֿבלי האָט גורם געװען אַ לעבעדיקע דיסקוסיע אין דער ייִדישער פּרעסע. דער „קאַטאַליזאַטאָר“ פֿון דער דיסקוסיע איז געװען דער קריטיקער און כּלל־טוער נחמן מײַזיל, אַ מיטרעדאַקטאָר פֿונעם װאָכנבלאַט „ליטעראַרישע בלעטער“. ער האָט ספּעציעל קריטיקירט די אַזױ־גערופֿענע „איבערפֿירונגען“, װאָס זײַנען געװען ניט געטרײַ דעם אָריגינאַל. מײַזיל האָט, פּראָסט גערעדט, פֿאַרסך־הכּלט אַז יענע „איבערפֿירערס“ „קענען גראָד די צװײ שפּראַכן נישט, די שפּראַך פֿון װאַנען זײ זעצן איבער און די שפּראַך אױף װעלכער זײ זעצן איבער“. לױט מײַזיל און אַנדערע קריטיקער, זײַנען די הױפּט־פּראָבלעמען פֿון דער איבערזעצונג־ליטעראַטור אין פּױלן געװען „כאַאָס“ און „הפֿקרות“; דאָס הייסט, פֿון אַ שלעכטער קװאַליטעט און פּלאַגיאַט.

אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, להיפּוך, איז די גאַנצע ליטעראַרישע פּראָדוקציע געשטאַנען אונטער דער שטרענגער השגחה פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. דערפֿאַר זײַנען דאָס רובֿ איבערזעצונגען געװען פֿון רוסיש, שרײַבט דאַריאַ װאַכרושאָװאַ (אוניװערסיטעט פֿון מינכען). איבערזעצונגען, בפֿרט פֿון פּאָליטישע טעקסטן, האָבן געגעבן אַ סטאַבילע פּרנסה די סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן. װאַכרושאָװאַ האַלט, אַז אַפֿילו די סאָװעטיש־ייִדישע שפּראַך גופֿא איז אױסגעפֿורעמט געװאָרן אונטער דער השפּעה פֿון איבערזעצונגען פֿון רוסיש. אַזױ װי אַנדערע נאַציאָנאַלע שפּראַכן, האָט ייִדיש געדאַרפֿט „איבערטײַטשן“ די נײַע סאָװעטישע אידעאָלאָגיע פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע מאַסן. פּראַקטיש האָט דאָס געמײנט, אַז אַ היפּשע צאָל װערטער און גראַמאַטישע פֿאָרמען, בפֿרט די, װאָס האָבן באַשריבן די נײַע רעאַליטעט, האָט מען איבערגענומען פֿון רוסיש. דערפֿאַר האָט דער אַמעריקאַנער קריטיקער שמואל ניגער אָנגערופֿן דעם סאָװעטישן ייִדיש אַן „איבערזעצעריש ייִדיש“ — מיט אַנדערע ווערטער, ס׳האָט געפֿעלט אַן אױטענטיש ייִדישן טעם.

צװײ װײַטערדיקע קאַפּיטלען אױף דער טעמע פֿון סאָװעטישן ייִדיש זײַנען געװידמעט לײב קװיטקאָס דיכטונג פֿאַר קינדער. יענע לידער זײַנען גוט באַקאַנט צענדליקער מיליאָנען סאָװעטישע קינדער אין רוסישע און אוקראַיִנישע איבערזעצונגען, אָבער װײַט ניט אַלע קינדער און זײערע עלטערן זײַנען געװױר, אַז דער מקור איז אױף ייִדיש.

װאַלערי דימשיץ (אײראָפּעיִשער אוניװערסיטעט אין פּעטערבורג, רוסלאַנד) באַטראַכט פֿאַרשײדענע איבערזעצערישע סטראַטעגיעס פֿאַרן אָפּהיטן דעם אײגנטימלעכן חנעװדיקן טעם פֿונעם ייִדישן מקור אין דער איבערזעצונג. טעמאַטיש זײַנען קװיטקאָס קינדער־לידער אָבער געװען „אַ שפּיגל פֿון דער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד“, שרײַבן פּראָפֿעסאָרן סאַבינע קאָלער און קאַראָלינע עמיג (אוניװערסיטעט פֿון רעגנסבורג , דײַטשלאַנד). דערפֿאַר האָט דװקא די סאָװעטישע מאַכט געדרוקט און פֿאַרשפּרײט זײַנע קינדערביכלעך.

דאָס זאַמלבוך פֿאַרמאָגט ניט קײן ספּעציעלע סעקציע געװידמעט אַמעריקע. מען דערמאָנט בלױז אײנצלנע בײַשפּילן. פּראָפֿעסאָר ראָלאַנד גרושקאַ (הױכשול פֿאַר ייִדישע לימודים, הײַדעלבערג, דײַטשלאַנד) פֿאַרגלײַכט איבערזעצונגען פֿון הײַנריך הײַנע אין אַמעריקע און די אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ער אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע חילוקים אין דער אױפֿנאַמע פֿון הײַנען בײַ אַמעריקאַנער ייִדן אין די 1910ער יאָרן אין אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1930ער. די באַציִונג צו הײַנע אין דער ייִדישער װעלט פֿאַרבלײַבט עד־היום פּראָבלעמאַטיש. מען פֿאַראורטײלט אים פֿאַרן שמד אָבער שטאָלצירט זיך מיט אים װי אַ װעלט־באַרימטן דײַטשישן דיכטער. דװקא די דאָזיקע אַמביװאַלענץ האָט אַרויסגערופֿן אינטערעס צו הײַנען בײַם אַמעריקאַנער ייִדישן לײענער.

זײַן סטאַטוס אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען גאָר אַנדערש. די סאָװעטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט גענוצט הײַנע װי אַ העלד פֿון דער פּראָגרעסיװער דײַטשישער קולטור, װאָס מען האָט אַנטקעגנגעשטעלט דעם נאַציסטישן רעזשים אין דײַטשלאַנד. זײַן שמד האָט דערבײַ קײן ראָלע ניט געשפּילט. סײַ פֿאַר די סאָװעטן און סײַ פֿאַר די נאַציסטן איז ער געװען אַ ייִד און אַ פֿרײַדענקער.

מדינת־ישׂראל איז אױפֿגעקומען װי אַ צענטער פֿון דער ייִדיש־קולטור ערשט נאָכן חורבן, און דאָס האָט שטאַרק באַװירקט די באַציִונג צו ייִדיש. דער ישׂראלדיקער דיכטער אבֿות ישורון האָט גענוצט זײַן מאַמעס ייִדישע בריװ פֿון דער אַלטער הײם װי אַ שטאָף פֿאַר זײַנע העברעיִשע לידער, שרײַבט יעקבֿ הערסקאָװיץ (אוניװערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ). ער האַלט, אַז דװקא אַזאַ מין „בריק צו דער משפּחה, צו דעם עבֿר און צו ייִדיש“ האָט דערמעגלעכט ישורון צו אַנטװיקלען זײַן אײגנאַרטיקע דיכטערישע שטים אױף העברעיִש.

ייִדיש האָט געלעבט און געבליט אין ביז גאָר פֿאַרשײדענע קולטורעלע, פּאָליטישע און סאָציאַלע קאָנטעקסטן, און איבערזעצונגען האָבן געדינט װי אַ בריק צװישן ייִדן און אַרומיקע סבֿיבֿות. אַזױ איז די פֿאָרשונג פֿון איבערזעצונגען געוואָרן אײנע פֿון די יסודות פֿון ייִדישע לימודים. „מאַמע־לשון – װעלט־ליטעראַטור“ איז אַ ביז גאָר װיכטיקער בײַטראָג צו דער דאָזיקער פֿאָרשונג, װאָס באַהאַנדלט סײַ אַרומנעמיקע קולטורעל־היסטאָרישע ענינים סײַ קאָנקרעטע מוסטערן. גענומען אין אײנעם, מאַכט דאָס בוך אַ ברײטן געאָגראַפֿישן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער „װעלט־ליטעראַטור“, כאָטש דער פֿאָקוס איז דאָ אױף דער „אַלטער“ װעלט. צװײ צענטערס פֿון אַקטיװער איבערזעצערישער טעטיקײט, צפֿון־ און דרום־אַמעריקע, פֿאַרבלײַבן דערװײַל אױף די ראַנדן פֿונעם סדר־היום פֿון דער ייִדישער איבערזעצונג־פֿאָרשונג.

This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.

This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.

With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.

The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

Support our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.