אַ קורס וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן אינעם אַלטן ייִשובֿA course about the Yiddish dialects of the ‘Old Yishuv’
דער ירושלימער ייִדיש שטאַמט פֿון ליטוויש ייִדיש בעת דער צפֿתער ייִדיש שטאַמט פֿון אוקראַיִניש ייִדיש.

דער יפֿו טויער אין ירושלים, בערך 1890־1900 Photo by Wikimedia Commons
אַ סך מענטשן ווייסן נישט, אַז אין ארץ־ישׂראל בעת די תּקופֿות פֿון דער אָטאָמאַנישער הערשאַפֿט און דעם בריטישן מאַנדאַט האָבן די ייִדישע אײַנוווינער גערעדט ייִדיש — בפֿרט אין ירושלים און צפֿת.
דער ירושלימער ייִדיש שטאַמט פֿון ליטוויש ייִדיש, וואָס די מתנגדים — נאָכגייער פֿונעם ווילנער גאון, ווי אויך חב״ד און די חסידים פֿון וויטעבסק — האָבן גערעדט. דער צפֿתער ייִדיש שטאַמט אָבער פֿון אוקראַיִניש ייִדיש. דאָס זענען געווען די איינציקע צוויי ייִדישע דיאַלעקטן, וואָס מע האָט גערעדט הונדערטער יאָרן לאַנג מחוץ אייראָפּע.
דעם זומער וועט מען בײַם אַרבעטער רינג קענען הערן אַ קורס וועגן די ייִדישע דיאַלעקטן אינעם אַלטן ייִשובֿ, געפֿירט פֿון די ייִדיש־פֿאָרשער לייזער בורקאָ און אורי חורש. דער קורס, וואָס וועט געפֿירט ווערן אויף ייִדיש, וועט זיך טרעפֿן יעדן זונטיק, אָנהייבנדיק פֿונעם 29סטן יוני, פֿון 12 ביז 1:30 ניו־יאָרקער צײַט
מיטן אַלטן ייִשובֿ מיינט מען די ייִדישע קהילה אין ארץ־ישׂראל פֿאַר דער ציוניסטישער אימיגראַציע ביזן סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ פֿון די ייִדן אינעם ייִשובֿ האָבן געוווינט אין די פֿיר „הייליקע“ שטעט ירושלים, צפֿת, חבֿרון און טבֿריה, און האָבן זיך און זייערע משפּחות אויסגעהאַלטן אַ דאַנק נדבֿות פֿון ייִדן אין אויסלאַנד. דאָס איז להיפּוך צום נײַעם ייִשובֿ, וואָס איז געווען מער סעקולער און ציוניסטיש־געשטימט.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן קורס גיט אַ קוועטש דאָ
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
