מיכל און מילי באַראַן אויף דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם The ViewMikhl and Millie Baran on popular TV show, “The View”
דאָס פּאָרפֿאָלק, לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, האָט דערציילט וואָס זיי האָבן מיטגעמאַכט, און ווי זיי האָבן זיך באַקענט.

Graphic by Angelie Zaslavsky
כּדי אָפּצומערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, 75 יאָר זינט די סאָוועטן האָבן באַפֿרײַט אוישוויץ, האָט די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַם The View („דער בליק‟) געבעטן צוויי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו דערציילן וועגן וואָס זיי האָבן מיטגעמאַכט בעת דעם נאַצי־גיהנום.
פֿאַר די פֿאָרווערטס־לייענער זענען די צוויי ייִדן דווקא ניט קיין פּנים־חדשות — מיכל און מילי באַראַן. מיכל איז געווען אַ מיטאַרבעטער אין דער פֿאָרווערטס ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟ און איז לאַנגע יאָרן געווען דער דירעקטאָר פֿונעם בונדיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ־המשך‟, ווי אויך אַ לערער בײַם „קעמפּ־קינדער־רינג‟ ביז זײַן פּענסיאָנירן זיך מיט עטלעכע יאָר צוריק.
כּדי צו זען דעם עפּיזאָד, קוועטשט דאָ.
ער און זײַן פֿרוי מילי זענען ביידע אויפֿגעוואַקסן אינעם שטעטל אָשמענע (דעמאָלט פּוילן, הײַנט ווײַסרוסלאַנד), ניט ווײַט פֿון ווילנע. מיכלען איז געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿונעם אָשמענער געטאָ און זיך אָנשליסן אין די רייען פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי. ער איז געווען צווישן די סאָוועטישע סאָלדאַטן, וואָס האָט באַפֿרײַט מײַדאַנעק. מילי האָט דורכגעמאַכט אַכט לאַגערן צוזאַמען מיט דער מאַמען.
אינעם שמועס האָבן זיי אויך דערציילט ווי אַזוי זיי האָבן זיך באַקענט און פֿאַרליבט.
ווי אַזוי האָט וואָפּי גאָלדבערג, די קאָמיקערין און אַקטריסע וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט יענעם טייל פֿונעם עפּיזאָד, זיך דערוווּסט וועגן מיכל און מילי? מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט זי געוואָלט מאַכן אַ ווידערטרעף פֿון אירע חבֿרים, מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין זומער־לאַגער. אַז איר זומער־לאַגער האָט אָבער מער ניט עקסיסטירט, האָט זי געדאַרפֿט מאַכן דעם ווידערטרעף אין אַן אַנדערן לאַגער. אַ דאַנק דעם וואָס זי האָט געקענט עמעצן פֿאַרבונדן מיטן „אַרבעטער־רינג‟, האָט זי באַשלאָסן מע זאָל פֿילמירן די פּראָגראַם אין „קינדער־רינג‟. דאָרטן האָט זי זיך געטראָפֿן מיט מיכל באַראַן און גערעדט מיט אים וועגן זײַנע איבערלעבונגען. אַז די פּראָדוצענטן פֿון דער פּראָגראַם The View האָבן געוואָלט אָפּמערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, האָט זי זיך דערמאָנט אין מיכל און מילי באַראַן און פֿאַרבעטן זיי אויפֿצוטרעטן ווי פֿאָרשטייער פֿון דער שארית־הפּליטה.
יעדער עפּיזאָד פֿון The View ווערט געזען דורך 3 בערך מיליאָן מענטשן.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
