לערערינס פֿון מעלבורנער ייִדישער טאָגשול וועלן רעדן אין ניו־יאָרקTeachers from Melbourne’s Yiddish Day School to Speak in NYC
דבֿורה און רייזל זילבערמאַן וועלן האַלטן אַ לעקציע וועגן זייער אַרבעט און דער פּעדאַגאָגישער פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער שול

Graphic by Angelie Zaslavsky
דבֿורה זילבערמאַן און רייזל זילבערמאַן, צווילינג־שוועסטער וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין דער מעלבורנער בונדישער סבֿיבֿה און לערנען הײַנט אין דער „שלום־עליכם־שול‟, וועלן האַלטן אַ לעקציע אין מאַנהעטן וועגן זייער אַרבעט און דער פּעדאַגאָגישער פֿילאָסאָפֿיע פֿון דער שול.
הײַנט איז די „שלום־עליכם־שול‟ אין מעלבורן די איינציקע טאָגשול מחוץ דער חסידישער וועלט, וווּ אַלע תּלמידים לערנען זיך ייִדיש ווי אַ מוז־לימוד. די שול, געשאַפֿן דורכן אָרטיקן „ייִדישן אַרבעטער־בונד‟, איז אינספּירירט געוואָרן פֿון דער „צענטראַל ייִדישער שול־אָרגאַניזאַציע‟ (צישאָ), וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט הונדערטער ייִדישע וועלטלעכע שולן אין פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
ווי אַזוי קומט עס, אַז דווקא אין מעלבורן לערנען זיך הונדערטער קינדער רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש, ווען ייִדיש איז מחוץ דער חסידישער וועלט בלויז אַן אויסקלײַב־לימוד אין אַ האַלבן טוץ ייִדישע טאָגשולן אין אַמעריקע, קאַנאַדע און ישׂראל? און ווי אַזוי רעדט מען אײַן די עלטערן, אַז ס׳איז כּדאַי די קינדער זאָלן אָפּגעבן אַזוי פֿיל צײַט אויפֿן ייִדיש־לימוד? דבֿורה און רייזל וועלן דאָס אַלץ דערקלערן, ווי אויך רעדן וועגן זייערע אַנדערע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש.
די רעדע, אויף ענגליש, וואָס ווערט אָרגאַניזירט דורכן „אַרבעטער־רינג‟ און דער ייִדיש־ליגע, וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 7טן אויגוסט, 6:30 אין אָוונט דאָ: 346 West 72nd Street.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
