Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איז ייִדיש אַ סגולה פֿאַר אַריכות־ימים?Does Yiddish Have a Secret For Longevity?

דער פּאָעט יוני פֿײַן און דער רעציטאַטאָר הערץ גראָסבאַרד האָבן דערלעבט ביז 100 יאָר .

דער ישׂראלישער שרײַבער שי ווײַסבערג האָט אַ מאָל באַקומען אַ סטיפּענדיע, כּדי צו פֿאָרן און פֿאָרשן דעם גריכישן אינדזל איקאַריע, וווּ אַ סך פֿון די תּושבֿים האָבן דערלעבט ביז 100 יאָר און נאָך מער.

ער אַליין האָט שוין געהאַט אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן אַריכות־ימים און ווערט אָפֿט פֿאַרבעטן צו געבן לעקציעס וועגן דער טעמע. אַ טשיקאַווע זאַך איז וואָס אין קליינעם פֿליפֿעלד פֿון דעם אינדזל ווערט אָנגעגעבן אויף עטלעכע זייגערס די שעה אויף פֿאַרשידענע שטעט ווי לאָנדאָן, פּאַריז מאַסקווע… און אויף איקאַריעס זייגער זענען קיין ווײַזערס ניטאָ. ס’הייסט, אויף דעם אינדזל האָט די צײַט זיך אָפּגעשטעלט.

Clocks

Image by Wikimedia Commons

שי ווײַסבערג איז ניט דער ערשטער פֿאָרשער פֿון אָט דער דערשײַנונג. פֿאַר אים זענען געקומען אַקאַדעמיקער פֿון פֿאַרשידענע אוניווערסיטעטן מיטן ציל צו אַנאַליזירן דעם אָרטיקן שטײגער־לעבן און אַנטפּלעקן, וואָס איז אַזוי אייגנאַרטיק בײַ אַ טייל איקאַריעס תּושבֿים; וואָס איז זייער סוד, וואָס האָט זיי דערמעגלעכט צו דערלעבן ביז אַריבער הונדערט יאָר. מ’קאָן אַ סך דערציילן אַרום אָט דער סוגיה, נאָר וואָס די אָרטיקע הונדערט־יעריקע דערקלערן איז, אַז קיינער פֿון זיי האָט ניט געהאַט קיין באַשטימטן ציל אָדער אידעאַל פֿון אַריכות־ימים. דערצו נעמט אַ לעבן פֿון הונדערט יאָר אַרײַן ניט קיין קליין פּעקעלע געשעענישן, פֿאַרלוסטן און מלחמות. פֿון דעסטוועגן וווינען דאָ מענטשן וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט דעם אינדזל און נאָך צענדליקער יאָרן זיך פֿאַרבענקט צו איקאַריעס פֿרישער לופֿט און זיך אומגעקערט אַהיים.

האָב איך ווײַסבערגן דערציילט, אַז איך, ווי אַ געטרײַער בירגער פֿון ייִדישלאַנד, האָב מיט וואָס זיך צו גרייסן און אויספֿײַנען, ווײַל עטלעכע פֿון אונדזערע באַרימטע ייִדיש־פּערזענלעכייטן האָבן דערגרייכט אַזאַ הויכן עלטער. האָט מײַן מיטשמועסער באַלד געוואָלט וויסן ווער און וווּ? אַזוי אַרום האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן אָט דעם אַרטיקל סײַ פֿאַר אים און סײַ פֿאַר די פֿאָרווערטס־לייענער. פֿאַר די לעצטע וועלן געוויסע נעמען זײַן באַקאַנט אָבער כ’קאָן זיך משער זײַן, אַז פֿאַר די יונגע לייענערס וועט אפֿשר דאָ זײַן אַ שטיקל חידוש. ברענג איך עטלעכע פּערזענלעכע דערמאָנונגען און שטריכן פֿון אָט דער בכּובֿדיקער גאַלעריע.

אָנהייבן וועל איך מיטן סאַמע באַרימטסטן רעציטאַטאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור — הערץ גראָסבאַרדן (1892 – 1994). אַרומגעפֿאָרן איז ער איבער דער גאַנצער וועלט און פֿאַרכּישופֿט דעם עולם מיט זײַן לויטערער שטימע און זײַנע אומפֿאַרגעסלעכע רעציטאַציעס. כּדי אָפּצומערקן זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג האָט דער פֿאַרבאַנד „המשך־דור ליבהאָבערס פֿון ייִדיש‟ דורכגעפֿירט אַן אָוונט געווידמעט דעם יוביליי פֿון דעם גרויסן קינסטלער אין אַ קולטור־צענטער אין הדר יוסף, אַ צפֿונדיקן קוואַרטאַל אין תּל־אָבֿיבֿ. אויף דער בינע איז געזעסן נאָר דער רעציטאַטאָר, ווי תּמיד — עלעגאַנט אָנגעטאָן, בײַ אַ קליין טישל מיט אַן איינציק לעמפּל צו באַלויכטן זײַנע ביכער. שאַפֿונגען פֿון י. ל. פּרץ, אליעזר שטיינבאַרג, אַבֿרהם סוצקעווער און אַנדערע באַליבטע שרײַבער זענען אויפֿגעלעבט געוואָרן און  אָנגעפֿילט דעם זאַל מיטן וואָרטקאָנצערט פֿון דעם מײַסטער.

אַ צווייטער בן־מאה איז געווען דער היסטאָריקער, פּעדאַגאָג און שרײַבער ישׂראל קאַפּלאַן (1902 – 2003). צום באַדויערן איז מיר ניט אויסגעקומען זיך באַקענען מיט אים פּערזענלעך. אַ פֿאַרגיטיקונג איז פֿאַר מיר אָבער געווען וואָס זײַן זון, שלום אילתי [איילאַטי], אַ ירושלימער געאָגראַף, איז אַרויסגעטראָטן מיט יאָרן צוריק אין בית לייוויק און דערציילט וועגן זײַן פֿאָטער און ווי זיי האָבן זיך ביידע, טאַטע און זון, געראַטעוועט פֿונעם קאַצעט אין דאַכאַו. עולה געווען זענען זיי אין יאָר 1949. קאַפּלאַן, אַ פֿרומער ייִד, איז געווען רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטשריפֿט „פֿון לעצטן חורבן‟. אַ פּראָדוקטיווער פּראָזאַיִקער, האָט ער אין זײַן בוך „דאָס פֿאָלקסמויל אין נאַצי־קלעם‟ (1982) איבערגעגעבן, ווי אַן ערשטער עדות, ווי אַזוי ייִדן האָבן גערעדט און מיט זייער קלוגשאַפֿט, הומאָר און אמונה זיך פֿאַרמאָסטן מיטן בעסטיאַלן שׂונא.

דער שרײַבער, זשורנאַליסט און ייִדיש־קעמפֿער מרדכי צאַנין (1906 – 2009) איז נאָך אַ דוגמא. זײַן הונדערטסטן געבוירן־טאָג האָבן מיר געפֿײַערט אין בית לייוויק אין איינעם מיט זײַן זון זאבֿ און משפּחה, פֿאָרשטייער פֿון די ייִדישע שרײַבער־משפּחה און אַ וואַרעמען עולם וואָס האָט נאָך דער רײַכער קינסטלערישער פּראָגראַם ספּאָנטאַן זיך צעזונגען: „לאָמיר אַלע אין איינעם דעם חבֿר צאַנין מקבל־פּנים זײַן‟… און ער אַליין האָט נאָר געזאָגט: אַ דאַנק, אַ דאַנק אײַך. אין זאַל האָט געשוועבט אַ געפֿיל פֿון נצחון וואָס דער גרויסער ייִדיש־קעמפֿער האָט איבערגעלעבט פֿיל פֿון זײַנע ביטערע שׂונאים און דאָ זיצט ער צוזאַמען מיט זײַנע אָנהענגערס און פֿאַרערערס.

דער נאָמען פֿונעם מאָלער קלמן פּאָלגער (1913 – 2016) איז מן־הסתּם ווייניקער באַקאַנט פֿאַר די פֿאָרווערטס־לייענער, נאָר אויף די ווענט פֿונעם הויז פֿון די ייִדישע שרײַבער אין תּל־אָבֿיבֿ הענגען עטלעכע פֿון זײַנע שאַפֿונגען, וועלכע אילוסטרירן באַרימטע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי למשל, סוצקעווערס ליד אונטער דײַנע ווײַסע שטערן און אַ בילד פֿון שלום־עליכמען אַרומגערינגלט מיט זײַנע העלדן טבֿיה דער מילכיקער, מנחם־מענדל און מאָטל פּייסי דעם חזנס. דאָס איז געווען פּאָלגערס לעבנס־מיסיע. אַזוי פּשוט און נאַטירלעך האָבן זײַנע פֿאַרבן  אַרומגענומען און זיך צוגעטוליעט צו דער ייִדישער ליטעראַרישער שאַפֿונג.

אויפֿן הונדערטסטן געבורטסטאָג פֿון איטשע גאָלדבערגן (1904 – 2006), דעם ייִדישן רעדאַקטאָר און צווישן אונדזערע גרעסטע ליטעראַטור־קריטיקער, בין איך אין ניו־יאָרק צום באַדויערן ניט געווען, נאָר אַ פּאָר יאָר פֿריִער האָב איך זיך מיט אים פּערזענלעך באַקענט. כאָטש ווי אַ ייִדישער אַקטיוויסט אין ישׂראל האָב איך אים ניט ווייניק געהאַט וואָס צו דערציילן, האָב איך כּמעט קיין וואָרט ניט געזאָגט; געוואָלט נאָר שטיין אַנטקעגן אָט דעם גײַסטיקן ריז, אָנגעפּיקעוועט מיט קענטעניש און טיפֿע איבערלעבונגען, און אים לאָזן פֿליסן אַ פֿאַרליבטער אין אונדזער ליטעראַטור. זײַן הנאה פֿון דעם ייִדיש־לשון איז אַן הנאה וואָס איז מיר גוט באַקאַנט פֿון מײַן פֿאָטער זישע ע”ה און וואָס פֿאַראייניקט עד־היום ייִדן איבער דער גאָרער וועלט.

אויך מיטן ניו־יאָרקער מאָלער און דערציילער יוני פֿײַן (1913־2013) האָב איך זוכה געווען זיך צו טרעפֿן אַן איין־און־איינציק מאָל. כ’וואָלט געזאָגט, אַז מאָלער רעדן ווינציקער ווי ליטעראַטן און אַז ווען אַ מאָלער בליקט אַרײַן אין דיר זײַנע אויגן, פֿילסטו אַז ער עקזאַמינירט דיך מיטן אויג פֿון אַ קינסטלער. אַזאַ פֿאַכמענערישע געוווינהייט איז דאָ בײַ זיי. און אין יוני פֿײַנס אויגן איז געווען גוטסקייט און נײַגער בײַם טרעפֿן זיך מיט אַן ארץ־ישׂראלדיקן אוהבֿ־ייִדיש.

ווען שי ווײַסבערג האָט זיך אומגעקערט פֿון זײַן באַזוך אין איקאַריע האָב איך געדאָרשט נאָך זײַנע מסקנות. איז זײַן ענטפֿער געווען: ניטאָ קיין מסקנות. אַז ער איז געווען אַנטוישט האָט ער מיר ניט געזאָגט, נאָר כ’האָב שפּעטער פֿאַרשטאַנען אַז יאָ. ווי ער זאָגט בײַ זײַנע געוויינטלעכע אינטערוויוען וועגן אַריכות־ימים איז זײַן אויספֿיר, אַז מענטשן וועלכע לעבן מיט אַ תּוכן און זענען געזעלשאַפֿטלעך אַקטיוו געניסן פֿון זייער לעבן און זענען זוכה צו דערלעבן אַ טיפֿן עלטער, אַ מאָל אַזש ביז הונדערט יאָר און מער. אַזעלכע בײַשפּילן פֿילן אָן די זײַטן פֿון זײַן בוך. מיט די תּושבֿים פֿון איקאַריע־אינדזל, ווײַזט זיך אַרויס, איז די מעשׂה אַ פּשוטערע. בײַ זיי זײַנען ניט פֿאַראַן קיין הײַזער בלויז פֿאַר עלטערע לײַט. דער זקן לעבט זיך אויס ביז זײַן לעצטן טאָג צוזאַמען מיט זײַנע קינדער, אייניקלעך און אור־אייניקלעך. און אפֿשר דווקא דערין שטעקט דער סוד פֿון זייער אַריכות־ימים?

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.