Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

עולם־החסידות: די מיסטעריעזע סתּירות פֿונעם סאַטמערער רבין ז״לThe Puzzling Legacy Of the Satmar Rebbe z”l

ר׳ יואל טייטלבוים האָט געהאַט אַ סך מער יראת־הכּבֿוד פֿאַרן לייקוווּדער ראש־ישיבֿה ר’ אַהרון קאָטלער ווי פֿאַר די בעלזער און סקווערער רביס.

עס איז שווער צו לאָזן אזא ספעציעלער טאָג ווי היינט, כ”ו אב, תשע”ט, דורכגיין און עס אינגאנצן איגנאָרירן.

דינסטאג איז געווען דער פערציגסטער יארצייט פון ר’ יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי ז”ל. איך האָב קלארע זכרונות פון זיין פטירה 40 יאָר צוריק. איך בין דאן געווען עלף יאר אלט און זיין טויט האט געלאזט אויף מיר אן אומפארגעסליכן רושם. דאָס איז געווען די איינציגסטע מאל אין מיין גאנצן לעבן וואָס איך האָב געזען ביידע מײַנע עלטערן ברעטשענען (וויינען) ווי קליינע קינדער — צוזאַמען מיט בערך הונדערט טויזנט אנדערע וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין דער לוויה.

ווייניג רבי’ס לאזען איבער אזא קאמפליצירטע „ירושה‟ ווי ער. פיל מענטשן גלויבן אַז ער איז געווען איינער פון די גרעסטע צדיקים פון אונדזער דור, בשעת אנדערע האלטן אַז ער איז געווען ממש דאס פאַרקערטע. ער איז געווען מורא’דיג באַליבט ביי זיינע חסידים און געפערליך פארהאסט ביי זיינע מתנגדים. עס איז שווער צו וויסן ווער איז גערעכט. איז מעגליך אז ביידע זענען גערעכט? 

ער האָט ליב געהאט דעם געדאנק אז די ארבעה בנים אין די הגדה של פסח רעדט נישט פון פיר פאַרשידענע קינדער, נאר וועגן דעם זעלבן זון וואָס נעמט אן פאַרשידענע אספעקטן אין פאַרשידענע אומשטענדען. טייל מאָל איז דער זון אַ חכם און טייל מאל פירט זיך דער זעלבער זון אויף ווי א רשע. מאנכע מאל איז ער אַ נאַר, און אנדערע מאָל פירט ער זיך ווי אַ פשוט’ער שאינו יודע לשאול.

עס איז שווער נישט צו ספּעקולירן אז ער האט מעגליך ליב געהאט אזא געדאנק ווייל עס איז געווען אַ ביסל אויטאָביאָגראַפיש. אפֿשר האט ער זעלבסט געהאט אַ צעשפּאַלטענער פּערזענלעכקייט. פֿאַר מיר וועט ער אייביג פארשטעלען אן אומפארענטפערליכער עניגמאַ.

איך האָב געשריבן דאס ווייטערדיקע מיט דריי יאָר צוריק. דריי יאר שפּעטער און זיין אמת’ער מהות איז גארנישט ווייניקער אומפארשטענדלעך.

 כ”ו אב, תשע”ו

היינט איז דער זיבען אן דרייסיגסטער יארצייט פונעם סאטמארער רב, ר׳ יואליש טייטלבוים ז”ל.

אויב דער אמעריקאנער שרייבער ראלף וואלדא עמערסאָן האט רעכט אַז סתירות’דיגע רעיונות איז דער צייכן פון אַ גרויסן מוח, איז ר’ יואליש געווען א גאון עצום. ער איז געווען אַ פּעקל פון סתירות.

ער איז געווען א חסידישער רבי, אָבער אויך גאָר א גרויסער תלמיד חכם (אן אויסערגעוויינליכע קאמבינאציע).

ער האט ליב געהאט חסידישע ליטעראַטור, אָבער האט געהאסט חסידישע מעשיות. (ער האָט זייער נישט ליב געהאט די חסידישע לעגענדעס. ער האָט זיי געהאלטן פאר לעכערלעך און געגלייבט אז רוב פון זיי זענען אויסדריקליכע שקרים.)

ער האָט אויסגעזען חסידיש, אָבער גראַוויטירט צו די ליטוואַקעס. ער האט געהאט גרויס יראת הכבוד פארן לעיקוואודער ראש ישיבה ר’ אהרון קאָטלער, אָבער גאר ווייניג געדולד פֿאַר זיינע חסידישע קאלעגעס, די בעלזער און סקווערער רבי.

ער האָט זיך אידענטיפֿיצירט מיט דער ליטווישער פשטנות’דיגער טעאָלאָגיע, אָבער האָט זיך שטארק אראפגעריסן פון זייער מעטאָדאָלאָגיע פון לערנען גמרא. ער האָט געהאט גאר ווייניג רעספעקט פאר ר’ חיים בריסקער און ר’ שמעון שקאפף, די פּיאָניערן פון דער ליטווישער דרך הלימוד.

ער האט פאנאטיש געהיטן הלכה, אָבער קיין מאָל זינט ער איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע האָט ער אנגעיאגט צו דאווענען שחרית בזמנו. ער איז געווען אַבסעסיוו וועגן היגיענע און פארבראכט שעה’ן יעדן צופרי אין בית הכבוד, ריינינדיג דאס גוף. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען לאנג נאך זמן תפילה.

ער האט געהאט גרויס כבוד פאר זיין פֿאָטער, וואס איז זעלטן געווען אין שטוב, אָבער איז געווען פיל נענטער צו זיין מוטער וואס האט אים געהיט ווי דאס אויג אין קאפ.

ער האט פיל מחשיב געווען קדושת ארץ ישראל אבער שטארק מזלזל געווען אין מדינת ישראל.

ער איז געווען זייער געטרייַ צו די פרויען אין זיין לעבן. אַלע זענען געשטארבן יונגערהייט, בחייו. (אַ ווייב וואס ער האט פיל ליב געהאט און דריי טעכטער), אָבער אין דער זעלביקער צייט האט ער אנגענומען אַ ראַדיקאַלער הלכה’דיג שטעלונג כלפי פרויען.

ער האט שטענדיג געמוסרט וועגען קדושה אבער מיט דער צייט איז עס געווארן אַן אבסעסיע, ווארענדיג נאכאנאד קעגן נעגאַטיוויע סעקסואלע געדאנקן און אומאיידעלע פריצות’דיגע מעשים.

ער איז געווען ליבליך און ווייך רובֿ פון די צייט, אָבער טייל מאָל איז ער געווען  מחלוקת’דיג און פארביסען; ברוגז און געפערליך קריטיש פון אנדערע מענטשן.

ער האט אלעמאל ארויסגעברענגט שטאַרקע געפילן אין די וואס האבען געמאכט זיין באקאנטשאפט: די וועמען ער איז געפעלן האבן אים ממש געליבט און די וואס האבן נישט געהאלטן פון אים האבן אים מורא’דיג פארהאסט, טיילמאל מיט א טיפער און פארביסענער שנאה.

בקיצור: אן עכטער גדול הדור אבער מיט א סך פעלערן. סיידן מיר טראַכטן אַז א גדול מיט פילע חסרונות איז מער נישט קיין גדול. אט איז די פילאסאפישע דילעמא: ווען א צדיק האט פערזענליכע שוואכקייטן, הערט ער אויף צו זיין אַ צדיק?

זאָל זיין הייליגע און קאמפליצירטע אנדענק זיין א ברכה פֿאַר אונדז אַלעמען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.