חנוכּה דורך די אויגן פֿון אַ חסידיש מיידעלעHanukkah Through the Eyes Of a Hasidic Girl
ווען דער טאַטע האָט געזונגען „מעוז צור‟ האָט איין שורה תּמיד אַרויסגערופֿן געלעכטער בײַ אונדז קינדער.
חנוכה אוי חנוכה אַ יום טוב אַ שיינע,
אַ ליסטיגע אַ פרייליכע נישט דאָ נאָך אזיינע,
אַלע נעכט מיט דריידלעך שפילן מיר,
הייסע פרישע לאַטקעס עסן מיר…
יעדעס יאָר חנוכה צייט קלינגט דאָס ליד נאָך אין מיינע אויערן. עס איז אַ צייט צו זיין פרייליך, לוסטיג און לעבעדיג.
איך געדענק נאָך ווי איך פלעג פרעגלען די לאַטקעס, און האַלטן חשבון אַז יעדער זאָל באקומען נאָר צוויי לאַטקעלעך ווייל אין אַ שטוב פון דרייצן קינדער וואָלט מען דאָך געדאַרפט האבן אַ גרויסע תיבה פול מיט קאַרטאָפל ווען אַלע זאָלן קענען האָבן וויפיל זיי ווילן. שטילערהייט האָב איך „אַריינגערוקט‟ איין לאַטקע און דערנאָך נאָך איינע, גיבענדיג אכטונג אַז קיינער זאָל נישט באמערקן. און אויב האָט איינער מיך געכאַפט ביי די מעשה, האָב איך זיך אַרויסגעדרייט זאָגנדיק אַז איך האָב דאָס געדאַרפט פאַרזוכן צו מאַכן זיכער עס האָט גענוג זאַלץ.
שוין…
חנוכה אוי חנוכה…
אַ שעה פאַר ליכט צינדן האָט מען חלילה נישט געטאָרט עסן, אַזוי ווי יום כיפור ביים פאַסטן. אַ גרויסן זינד איז צו עסן אין יענע שעה, און מען ווערט באַשטראָפט פון טאַטן, פון דער מאַמען, און פונעם גרויסן באַשעפער מיט זיינע שוואַרצע שרעקעדיגע מלאכים.
ענדליך קומט דער טאַטע אַהיים מיט אַן ערנסטקייט אויסגעגאָסן אויף זיין געזיכט. מען גרייט זיך מיט די קנויטן און מיטן שמן זית זך, איילבערט־בוימל פון דער העכסטער קוואַליטעט. אַלע אינגלעך באַקומען אַ מנורה אָבער די מיידלעך — נישט. ס׳האָט מיר געצופט ביים האַרצן. איך וויל אויך צינדן די לעכטעלעך און נעמען אָנטייל אין די ליכטיגקייט און לעבעדיגקייט אין צווישן די טונקעלע נעכט פון מיין יוגנט.
אָבער ניין.
נו שוין, אַלע פרויען זענען דאָ? פרעגט דער טאַטע.
אַלע פרויען דאַרפן דאָך יוצא זיין דורך די מענער. אַן די מענער איז נישט דאָ קיין מצוות פאַר די פרויען. אַזוי איז עס און מען פרעגט נישט קיין פראַגעס…
דער טאַטע מאַכט די ברכה הויך מיט התלהבות: ברוך אתה השם אלוקינו מלך העולם להדליק נר של חנוכה.
יעדער ענפערט הויך אמן, און אויב נישט, באַקומט מען שטרענגע בליקן פונעם טאַטן.
דערנאָך זינגט מען די האַרציגע שיינע זמירות וואָס דערוואַרעמט דאָס האַרץ אין די קאַלטע נעכט פונעם פאַרפרוירענעם ווינטער.
דער טאַטע זינגט „מעוז צור‟. איך פלעג וואַרטן אויף דער מינוט פון געלעכטער ווען ער איז אָנגעקומען צו די ווערטער: „ופרצו חומות מגדלי…‟ ווײַל אויף אונדזער אידיש האט „ופרצו‟ געקלונגען ווי „פארצי‟, האָט זיך מיר געדאַכט אַז דאָס איז טייטש, „ער האָט געפאַרצט‟. ווער האט געפאַרצט? ביז היינט ווייס איך נישט וואָס איז טאַקע דער טייטש פון דעם וואָרט.
אוודאי האָבן אַלע קינדער זיך צעלאַכט. ווער עס לאַכט האָט אָבער גלייך באַקומען אַ בייזן בליק און א „ציפ‟ פון מאַמי אויף דער האַנט. א שיינע שותפֿות האט געהערשט צווישן טאַטי און מאַמי. אויב טאַטי קען נישט יעצט שלאָגן, ווינקט ער צו דער מאַמען מיט די אויגן. די מאַמע קומט צו שטילערהייט מיט אַ שטעכעדיגע שטיל־בייסנדיקע ציפעלע און מיט א כעסיקן אויסדרוק אויפֿן פּנים. די ציפ האָט זיך אָבער פאָרט געלוינט צוליב דעם גוטן געלעכטער וואָס איך האָב אָריינגעכאָפט צוזאַמען מיט מיינע שוועסטער און ברידער.
דאָס איז ביי מיר געווען דער בעסטער טייל פון די חנוכה נעכט.
נאָכדעם דאָרף מען קוקן אויף די לעכט פאר אָ האָלבע שעה ווייל דער טאָטע פלעגט זאָגן אַז ווען מע קוקט לאַנג אויף זיי קען מען זיך אויסבעטן וואָס מען וויל. וואָס שטארקער מען קוקט, אַלץ מער קען מען אויספועלן.
יאָ יאָ. מען קען בעטן אָבער וואָס ווערט טאקע מקיים איז גאָר אַן אַנדערע מעשה.
נאָכן עסן האָט דער טאטע געטון אַ גאַנצע טובה: ער איז געגאַנגען שפילן דריידל מיט זיינע קינדערלעך וואָס ער האָט געהאָלפן באשאפן.
חנוכה אוי חנוכה…
די ערשטע חנוכה נאך דעם ווי איך האָב פאַרלאָזט מיין שטוב האָב איך מיר איינגעקויפט אַ מנורה, געזינגען זמירות, געצינדען די לעכט, געקוקט ווי לאַנג איך האָב געוואָלט און געוואונטשן מיין פאמיליע א פרייליכע חנוכה פון דערווייטנס, אָבער פונעם „ופרצי‟ האָב איך נישט אַזוי געלאַכט אַזוי ווי אַ מאָל אינדערהיים.
חנוכה אוי חנוכה…
אַ פרייליכן חנוכה ווינטשט אייך פרוי שרייבנבערג!
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO