קאָנצערט־סעריע אין ישׂראל וועט באַטאָנען מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע מוזיקConcert series in Tel Aviv to highlight Eastern European Jewish music
די סעריע וועט צונויפֿוועבן פֿאָלקס־מעשׂיות און קלעזמער־מוזיק מיט די טראַדיציעס פֿון אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿעלקער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
בײַם תּל־אָבֿיבֿער „יונג־ייִדיש‟ וועט מען באַלד אײַנאָרדענען אַ ריי קאָנצערטן פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון מיזרח־אייראָפּע.
גל קלײַן, אַ סטודענט אינעם מאַגיסטער־פּראָגראַם אין ייִדישער שפּראַך בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ אָרגאַניזירט די סעריע. קלײַן, אַן אויסגעשולטער מוזיקער וואָס פֿאָרשט אויס די פֿאַרבינדונגען צווישן קלעזמער־מוזיק און אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע מוזיקאַלישע טראַדיציעס, האָט פֿאַרבעטן אַ ריי ישׂראלדיקע און אינטערנאַציאָנאַלע קאַפּעליעס אויפֿצוטרעטן.
די סעריע הייבט זיך אָן דאָנערשטיק, דעם 30סטן יאַנואַר, 8:30 אין אָוונט מיט אַ רעפֿעראַט (אויף העברעיִש) פֿון גל קלײַן וועגן דער געשיכטע פֿון דער קלעזמער־מוזיק.
דאָנערשטיק, דעם זעקסטן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט שפּילן די אינטערנאַציאָנאַלע קאַפּעליע „די גאַסן־טריאָ‟, וואָס וועבט צונויף קלעזמער־מוזיק מיט באַלקאַנישע עלעמענטן.
דאָנערשטיק, דעם 13טן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועלן אויפֿטרעטן אסף רבי, יונתן בירנבוים און גל קלײַן זינגען אַ ריי ניגונים.
דאָנערשטיק, דעם 20סטן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט אויפֿטרעטן די „באַלקאַנער סקלאַד־אָרקעסטער‟ מיט ציגײַנערישער מוזיק.
דאָנערשטיק, דעם 29סטן פֿעברואַר, 7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט ד׳׳ר זאבֿ קיציס דערציילן חסידישע מעשׂלעך און זינגען ניגונים באַגלייט פֿון דער „לובלינקער בלוז־קאַפּעליע‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע, קוועטשט דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
