Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי חסידים העלפֿן זיך איינער דעם אַנדערן — פֿון דער ווײַטנסHow Hasidim are helping one another – remotely

מנינים פֿון אָפּגערוקטע מתפּללים, שפּײַזן פֿאַר די קאַראַנטירטע און לחיימס פֿון דער ווײַטן ווײַזן ווי פֿרומע ייִדן גיבן זיך אַן עצה מיט דער מגפֿה.

בעת די חרדישע עדות באַמיִען זיך אײַנצוצאַמען די פֿאַרשפּרייטונג פֿונעם קאָראָנאַ-ווירוס, איז די שווערסטע זאַך מסתּמא דאָס בלײַבן אָפּגערוקט איינער פֿונעם צווייטן.

פֿרומע ייִדן האָבן דאָך קיין־עין־הרע גרויסע משפּחות און זענען צוגעוויינט זיך צו טרעפֿן אָפֿט במשך פֿונעם טאָג, בײַם דאַוונען, בײַם גיין אײַנקויפֿן וכדומה. דערצו, איז זעלטן ווען דאָ אַ וואָך אויף דער חסידישער גאַס, ווען מע גייט ניט אויף קיין שׂימחה. דער לוח איז געפּאַקט מיט חתונות, ברית־פֿײַערונגען, בר־מצוווּת, קנס־מאָלן וכדומה. און אַוודאי זעט מען זיך זייער אָפֿט מיט די שכנים ווײַל אין איין בנין וווינען אָפֿט אַ צאָל משפּחות, וואָס בײַ יעדער פֿון זיי זענען דאָ אַכט צי צען קינדער.

וואָס טוט מען, אָבער, אינעם נײַעם מצבֿ, ווען אַלע דאַרפֿן זיך האַלטן וואָס ווײַטער איינער פֿונעם אַנדערן? ווי גיט מען זיך אַן עצה אין דער צײַט פֿונעם קאָראָנאַ-ווירוס?


As a public service during this pandemic, the Forward is providing free, unlimited access to all coronavirus articles. If you’d like to support our independent Jewish journalism, click here to make a donation.


אַז די שילן זענען פֿאַרמאַכט, טרעפֿן זיך איצט מינינים אין דרויסן, בפֿרהסיא, וווּ די מתפּללים שטייען אָפּגערוקט איינער פֿונעם צווייטן, ווי מע קען זען פֿון אָט דעם בילד, אַראָפּגענומען אין וויליאַמסבורג:

צוליב דעם וואָס ייִדן האָבן דאָנערשטיק נישט געקענט קומען הערן תּורה־לייענען האָט מען אין ניו־סקווער אויפֿגעשטעלט ריזיקע הילכערס אויף דער גאַס, כּדי אַלע זאָלן קענען הערן דעם בעל־קורא פֿון דער היים:

בײַ אַ סך משפּחות איז געוואָרן זייער שווער צו גיין קויפֿן עסן פֿאַר די קינדער, וואָס לערנען זיך דערווײַל ניט אין חדר צי שול. כּדי אַלע זאָלן האָבן וואָס צו עסן און די עלטערן זאָלן וואָס ווייניקער מוזן אַרויסגיין אין דרויסן, האָט מען אין קרית־יואל אויסגעטיילט פֿאַרטיקע מאָלצײַטן אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם.

אַ ייִד לעבט מיט בטחון, אָבער הומאָר שאַט אויך נישט. אַ סך וויצן וועגן דער עפּידעמיע זעט מען איצט אויף טוויטער. איין וויץ וואָס איז מיר שטאַרק געפֿעלן געוואָרן פֿאַררופֿט זיך אויף די עקאָנאָמישע פֿאָרשלאָגן, וואָס די רעגירונג לייגט איצט פֿאָר אונטערצושטיצן די אַמעריקאַנער, וואָס קענען צוליבן ווירוס מער ניט אַרבעטן.

ואחרון אחרון חבֿיבֿ, האָט אַ טאַטע פֿון אַ נײַ־געבוירן מיידעלע געפֿונען אַ חנעוודיקן אופֿן מודיע צו זײַן די גוטע בשׂורה און גלײַכצײַטיק בעטן די קרובֿים און באַקאַנטע דווקא ניט צו קומען אים באַזוכן, נאָר בעסער מאַכן בײַ זיך אַליין אין דער היים אַ לחיים:

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.