אָנלײַן־פֿײַערונג לכּבֿוד באָריס סאַנדלערס נײַע ביכערOnline celebration to honor Boris Sandler’s new books
אויפֿן קבלת־פּנים וועט אויפֿטרעטן דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט און ליטעראַרישער רעציטאַטאָר יעווגעני קיסין.

Image by Getty Images
זונטיק, דעם 12טן יולי, וועט אַ גרופּע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס באַערן דעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער מיט אַ קבלת־פּנים אָנלײַן, לכּבֿוד דעם וואָס ער האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט דרײַ ביכער, „אַנטיקלעך פֿונעם סאַקוואָיאַזש“ — אַ זאַמלונג פֿון 21 דערציילונגען; „דעטעקטיוו ר׳ מאיר אָקון און אַנדערע פּאַרשוינען“ (פֿינף נאָוועלעס), און אַ זאַמלונג קינדער־לידער, „אַ גוט מאָרגן“.
אויף דער פּראָגראַם — „באָריס סאַנדלער: טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס: אַ סיבה אויף אַ מסיבה“ — וועלן אַקטיאָרן און מוזיקער פֿאָרלייענען און זינגען פֿון סאַנדלערס ווערק. עס וועט אויך אויפֿטרעטן דער וועלט־באַרימטער פּיאַניסט יעווגעני קיסין, וואָס האָט אַ לאַנגיאָריקע באַציִונג מיט סאַנדלערן, סײַ ווי אַ שרײַבער פֿון ייִדישע לידער און דערציילונגען, סײַ ווי אַ ליטעראַרישער רעציטאַטאָר.
די פּראָגראַם, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך“, „יונג־ייִדיש“, „דעם אַרבעטער־רינג“ און דעם בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, וועט זיך אָנהייבן צוויי אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
