ווידעאָ: טייגלעך און אינגבערלעך לכּבֿוד ראָש־השנה ווי מע האָט עס געמאַכט אין ווילנע WATCH: Rosh Hashanah honey balls and ginger candy the way it was done in pre-war Vilna
דער טראַדיציאָנעלער דעסערט איז אַ באַליבט מאכל, ווען די ייִדן ווינטשן איינער דעם צווייטן אַ זיס, געבענטשט יאָר.

Graphic by Angelie Zaslavsky
בעת עס דערנענטערט זיך דער יום־טובֿ ראָש־השנה איז עס אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די זיסע ראש־השנה־מאכלים פֿון אַמאָל.
די ייִדישע קולטור־טוערין חיהלע פּאַלעווסקי איז אויפֿגעוואַקסן אין סווינציאַן, פּוילן, וווּ איר מאַמע פֿלעג יעדעס יאָר מאַכן טייגלעך און אינגבערלעך לכּבֿוד ראָש־השנה. אינעם ווידעאָ דאָ אויבן דערציילט זי וועגן דעם רעצעפּט, און דערנאָך ווײַזן שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ דעם עולם ווי מע גרייט עס צו.
בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט חיהלע פּאַלעווסקי זיך אָנגעשלאָסן אין דער ווילנער פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער־אָרגאַניזאַציע און געדינט ווי אַ קראַנקן־שוועסטער אין וואַלד.
אין ניו־יאָרק איז זי געוואָרן אַ וויכטיקע קולטור־טוערין. זי האָט געאַרבעט בײַם ייִוואָ, געהאָלפֿן אַרויסצוגעבן ביכער און זשורנאַלן וועגן דעם אַמאָליקן „ירושלים ד׳ליטא” און איז געווען אַ מיטגרינדערין פֿון עטלעכע אָרגאַניזאַציעס, צווישן זיי — דעם „קאַצעטלער־פֿאַרבאַנד“ און „נוסח־ווילנע.“ הײַנט וווינט זי אין פֿלאָרידע.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
