ייִדישע אַקטריסע און קולטור־טוערין שורה גרינהויז־טורקאָוו איז אַוועקYiddish actress and cultural activist Shura Grinhoyz-Turkow has died
יאָרן לאַנג האָט זי געדינט ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון „בית שלום אַש‟ אין בת ים, ישׂראל (אַרטיקל נעמט אַרײַן אַן אינטערוויו מיט איר).

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 6טן סעפּטעמבער איז די ייִדישע וואָרט־קינסטלערין און קולטור־טוערין שורה טורקאָוו־גרינהויז, וואָס האָט אין 2010 באַקומען די אָנגעזעענע „רובינליכט־פּרעמיע‟ פֿאַר איר טעטיקייט, אַוועק אין דער אייביקייט אין איר שטוב אין בת־ים, ישׂראל. זי איז געווען 96 יאָר אַלט.
שורה איז געבוירן געוואָרן אין ביאַליסטאָק אין 1924. אין עלטער פֿון 17 יאָר האָט זי חתונה געהאַט מיט ערווין וואָלפֿיילער, אַ מוזיקער וואָס האָט גאַסטראָלירט מיט זייַן קאַפּעליע איבער גאַנץ רוסלאַנד. אַ דאַנק דעם וואָס זי איז מיט אים מיטגעפֿאָרן זענען זיי ביידע געראַטעוועט געוואָרן פֿון די נאַצישע נעגל.
אין 1943 האָבן זיי געהאַט אַ זון, צבֿי און אין 1947 האָבן זיי זיך אומגעקערט קיין ווראָצלאַוו. שורה האָט דעמאָלט געשפּילט הויפּטראָלעס אין וואַרשעווער „אידאַ קאַמינסקאַס טעאַטער‟. אין 1957 האָבן זיי זיך געגט און זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל מיט איר זון. דאָרט האָט זי חתונה געהאַט מיטן רעזשיסאָר, אַקטיאָר און זשורנאַליסט יצחק טורקאָוו.
יאָרן לאַנג האָט שורה געדינט ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון „בית שלום אש‟ אין בת ים. זי אַליין איז געווען אַ תּושבֿטע פון דער שטאָט און ס’האָט ניט געקאָנט זייַן קיין בעסערע קאַנדידאַטקע ווי זי, צוליב איר ברייטן קענטעניש פֿון ייִדיש און איר פּראָפֿעסיאָנעלער פֿעיִקייט ווי אַ רעציטאַטאָרין וואָס האָט באַרייַכערט די אונטערנעמונגען אינעם קולטור־צענטער. זי פֿלעג אויך אַרויסטרעטן מיט קליינקונסט אין פֿאַרשידענע שטעט אין ישׂראל. איר מאַן, יצחק איז געשטאָרבן אין 1970.
אין דעם ווײַטערדיקן ווידעאָ, פּראָדוצירט פֿונעם ייִדישן ביכער צענטער, דערציילט שורה טאַקע וועגן דער געשיכטע פֿונעם „בית שלום אַש‟.
אין 2007, נאָך דעם ווי ס׳איז ניפֿטר געוואָרן דער לעגענדאַרער ייִדיש־דיקטאָר פֿון דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „קול ישׂראל‟ מיכאל (ווײַנאַפּעל) בן־אַבֿרהם, האָט שורה פֿאַרנומען זײַן אָרט ווי די אָנפֿירערין פֿון דער קולטור־טעטיקייט אין די ראַמען פֿון תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג, אויף קאַלישער 48.
שורהס אויטאָריטאַטיווע פּערזענלעכקייט, איר קלאָרע דיקציע און שיינער ייִדיש האָבן אַרויסגעשטראַלט פֿון יעדן זאַץ אירס און באַרײַכערט די וועכנטלעכע פֿרימאָרגנס בײַם אַרבעטער רינג, וועלכע זענען געוואָרן אַ שם־דבֿר אין קולטור־לעבן פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אַלע אונטערנעמונגען בײַם אַרבעטער רינג האָט מען געהאַלטן אויף ייִדיש, אויסער געציילטע אויסנאַמען, ביז מע האָט געשלאָסן די אינסטיטוציע אין יולי 2019.
יעדעס מאָל וואָס ס׳האָט אויפֿגעטראָטן אַן אַרטיסט אָדער רעדנער האָבן שורה טורקאָוו־גרינהויז און בעלאַ בריקס־קליין געשאַפֿן אַ וואַרעמע שטימונג אין זאַל, און דערפֿאַר האָט עס כּסדר צוגעצויגן אַ גרויסן פּובליקום. שורהס אייגנאַרטיק קול און די יום־טובֿדיקייט וואָס זי האָט אַרײַנגעבראַכט אין אַרבעטער רינג וועלן אונדז תּמיד אָפּקלינגען.
שורה האָט פֿאַראָבֿלט איר זון, צבֿיקה עבֿרון (זײַן פֿרוי, פּנינה איז געשטאָרבן אין 2009), די אייניקלעך שרונה און אַבֿיבֿ, און אוראייניקלעך איתי און יותם.
כּבֿוד איר אָנדענק.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
