מוראַנאָוו־אויסשטעלונג ווײַזט אַז פּולין־מוזיי נעמט ייִדיש ערנסטMuranow exhibit shows that Polin Museum takes Yiddish seriously
קלאַנג־רעקאָרדירונגען אויף מאַמע־לשון דערציילן די באַזוכער וועגן די אָרטיקע סוחרים וואָס האָבן געזונגען אין הויף.

Image by Polin Museum
אין ס׳רובֿ ייִדישע מוזייען הערט מען קוים אַ ייִדיש וואָרט אָבער אינעם „פּולין־מוזיי” אין וואַרשע שפּילט די שפּראַך אַ חשובֿע ראָלע. אין די אויסשטעלונגען טרעפֿט מען כּסדר עקספּאָנאַטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש און די דיגיטאַלע מכשרים וואָס ווערן געניצט אין די אויסשטעלונגען נעמען אַרײַן אַ סך מאַטעריאַלן אויף מאַמע־לשון. דורך אַן אוידיאָ־וועגווײַזער, קען מען אַפֿילו הערן אַ רעקאָרדירטן טור אויף מאַמע־לשון.
ווי די קוראַטאָרין פֿון דער נײַער אויסשטעלונג געווידמעט דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל מוראַנאָוו, קאַמילאַ ראַדעצקאַ־מיקוליטש, האָט לעצטנס איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, קען מען, דורך אַ הער־אַפּאַראַט, הערן די גבֿיות־עדות וואָס דרײַ ייִדן האָבן איבערגעלאָזט אין די בלעכענע קאַנען פֿונעם „ענוג־שבת“־אַרכיוו — פֿאָרגעלייענט אינעם אָריגינעלן ייִדיש. מע קען אויך הערן רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע אַרטיקלען, וואָס זשורנאַליסטן האָבן געשריבן וועגן דער געגנט.
אין אַן אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג געווידמעט דעם קראַשינסקי־פּאַרק קען מען לייענען אַ סעריע אַרטיקלען אויף ייִדיש וועגן טשיקאַווע פּאַסירונגען אינעם אַזוי־גערופֿענעם ”ייִדישן גאָרטן“, אַרײַנגערעכנט פּאָליטישע מיטינגען, ראַנדקעס און אַפֿילו די גיפֿטיקע שלאַנגען וואָס אַנטיסעמיטן האָבן דאָרטן אַ מאָל אַרײַנגעוואָרפֿן, פּרוּוונדיק, אַ פּנים, צו פֿאַרסמען ייִדן.
די באַזוכער קענען אַפֿילו הערן די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער געגנט: ווי אַזוי די נאַלעווקעס האָט געקלונגען בײַם ראָג געשנער גאַס, און אַ ייִדיש ליד וועגן אַן אָרטיקן הויף וווּ די סוחרים און קליינהענלדער פֿלעגן זינגען, כּדי מפֿרסם צו זײַן זייער סחורה.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
