אָנלײַן חנוכּה־שׂימחה און זינגערײַ מיטן „אַרבעטער־רינג“Online Hanukkah party and sing-along with the Workers Circle
כּדי צו העלפֿן דעם עולם מיטזינגען, וועט מען ווײַזן אויפֿן עקראַן דעם טעקסט פֿון די לידער אויף ייִדיש און ענגלישער טראַנסקריפּציע.
דער „אַרבעטער־רינג“ אָרגאַניזירט אַ חנוכּה־שׂימחה, וווּ זינגער און אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשידענע לענדער וועלן זיך באַטייליקן אין אַ זינגערײַ. כּדי דער עולם זאָל מיטזינגען, וועט מען ווײַזן די ווערטער צו די לידער אויף ייִדיש און ענגליש בעת מע זינגט די לידער.
אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 13טן דעצעמבער, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועלן אויפֿטרעטן די זינגער און מוזיקער זיסל און דינה סלעפּאָוויטש (ניו־יאָרק), פּאָלינאַ שעפּהערד מיט איר כאָר (ענגלאַנד), סינדי פּיילי (לאָס־אַנדזשעלעס), עלינאָר ביזונסקי (ניו־יאָרק), סוועטאַ קונדיש (בערלין) און פּערל טייטלבוים (ניו־יאָרק). די אַקטיאָרן מאָטל דידנער און מיכל יאַשינסקי וועלן פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט הומאָריסטישע סקעטשן.
כאָטש מע קען זען די פּראָגראַם בחינם, בעט מען אַ נדבֿה פֿון $18 כּדי צו העלפֿן אונטערשטיצן די ייִדיש־קלאַסן בײַם „אַרבעטער־רינג“. די וואָס זעען די פּראָגראַם וועלן אויך אַרײַנגענומען ווערן אין אַ לאָטעריע, און דער געווינער וועט זיך קענען פֿאַרשרײַבן אויף אַ ייִדיש־קלאַס בחינם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor