אַלטע מינהגים פֿאַרבונדן מיט די אַרבע־תּקופֿותOld Jewish customs linked to the four seasons
די סעזאָנען פֿיגורירן אין עטלעכע הלכה־ענינים ווי, למשל, די ברכת־החמה — די זעלטענע ברכה, וואָס מע זאָגט בלויז איין מאָל אין 28 יאָר.
אַמאָל זענען בײַ ייִדן געווען פֿאַרשפּרייט פֿאַרשיידענע מינהגים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו די אַרבע־תּקופֿות – די פֿיר סעזאָנען, וואָס שטימען לאַוו־דווקא מיטן געוויינטלעכן גריגאָריאַנער קאַלענדאַר.
אַפֿילו אינעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן לוח זענען די סעזאָנען פֿונעם יאָר נישט איבעראַל און נישט אַלעמאָל די זעלבע.
אין רוסלאַנד, למשל, הייבט זיך דער ווינטער אָן דעם 1טן דעצעמבער; אַחוץ דעם, וואָס אַזוי איז גרינגער צו רעכענען אויפֿן קאַלענדאַר, האָט אַזאַ סיסטעם גוטע קלימאַטישע סיבות. אין אַ ריי אייראָפּעיִשע לענדער ווערט שוין קאַלט מיט פֿיר וואָכן פֿאַרן אַסטראָנאָמישן ווינטער־זונשטאַנד.
נישט אומעטום אויף דער וועלט איז אָבער בכלל אָנגענומען די אײַנטיילונג פֿון דווקא פֿיר סעזאָנען. אינעם נאַציאָנאַלן אינדישן קאַלענדאַר רעכנט מען אָפּ יעדעס יאָר זעקס צוויי־חדשימדיקע תּקופֿות. דאָס איז פֿאַרבונדן מיטן קאָמפּליצירטן אַגריקולטורעלן ציקל פֿונעם לאַנד.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז פֿאַרשיידענע ייִדישע מינהגים, וואָס שייך די אַרבע־תּקופֿות, זענען אויף אַן אומדירעקטן אופֿן דווקא פֿאַרבונדן מיט אינדיע — אַ דאַנק דער השפּעה פֿון מיטל־עלטערלעכע אַראַבישע אַסטראָלאָגן און אַסטראָנאָמען. אין זײַנע אַסטראָלאָגישע ספֿרים באַציט זיך רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא צו זײַנע אינדישע קאָלעגן ווי צו גרויסע פֿאַרלאָזלעכע מומחים. לויט זײַן שיטה, רעכנט מען די תּקופֿות אויף אַ שטרענג אַסטראָנאָמישן שטייגער, לויט דער פּאָזיציע פֿון דער זון.
אין דער ייִדישער וועלט — מחוץ דער קליינער צאָל חכמים פֿאַרנומען מיט אַסטראָנאָמישע חשבנות — איז פֿאַקטיש אָנגענומען געוואָרן דער פּשוטער אופֿן אָפּצורעכענען די תּקופֿת־טבֿת פֿונעם ראָש־חודש טבֿת, תּקופֿת־ניסן — פֿון ניסן, תּקופֿת־תּמוז — פֿון תּמוז, און תּקופֿת־תּשרי — פֿון תּשרי. אַ סך חנוכּה־דרשות, בפֿרט בײַ די חסידים, דערמאָנען די אַסאָציאַציעס מיט דער תּקופֿת־טבֿת.
אין חסידישע און קבלה־ספֿרים ווערן די ייִדישע חדשים כּסדר אַסאָציִיִרט מיט געוויסע מלזות און תּקופֿות. פֿיש איז, צום בײַשפּיל, אַ באַקאַנטער פּורים־סימבאָל, הגם דער אַסטראָלאָגישער מזל־דגים מעג זײַן אָפּגערוקט אויף אַ גוטע פּאָר וואָכן פֿונעם יום־טובֿ.
דער ענין ווערט שוין באַהאַנדלט אין דער גמרא. דער תּנא רבי יוחנן האָט אַפֿילו באַטאָנט, אַז די מיצווה צו קענען די שטערן און תּקופֿות שטאַמט פֿון דער תּורה אַליין. אין די אוראַלטע צײַטן, ווען ייִדן האָבן דערקלערט די עיבור־יאָרן דורך דירעקטע הימל־אָבסערוואַציעס, איז עס זיכער געווען אַ גרויסע און וויכטיקע חכמה: על־פּי טעות וואָלט מען געקאָנט אָפּרוקן, חלילה, די יום־טובֿים אויף נישט־ריכטיקע דאַטעס.
דער אמורא שמואל האָט שוין פֿאַקטיש געהאַלטן ווי רבי אַבֿרהם אבן־עזרא: אַז יעדע תּקופֿה מוז זײַן 91 טעג מיט 7.5 שעה. די אוראַלטע שיטה פֿון רבֿ אַדא האָט נאָך מער פּינקטלעכע ציפֿערן.
אַחוץ די עיבור־יאָרן, פֿיגורירן די תּקופֿות אין נאָך אַ פּאָר הלכה־ענינים, אַרײַנגערעכנט די ברכת־החמה — די זעלטענע ברכה, וואָס מע זאָגט בלויז איינמאָל אין 28 יאָר. באַזונדערס אינטערעסאַנט זענען אָבער די פֿאָלק־מינהגים, לויט וועלכע מע טאָר נישט טרינקען קיין משקה, וואָס האָט איבערגענעכטיקט דעם בײַט פֿון די תּקופֿות. לויט איין גאָר אַלטער השערה, בײַטן זיך דעמאָלט די מלאָכים־היטער; אינעם מאָמענט קאָן אַ מזיק זיך אַרײַנכאַפּן און שאַטן דאָס געטראַנק. לויט דער באַקאַנטער סגולה, קאָן אַ שטיקל אײַזן באַהיטן די משקה, דערפֿאַר האַלטן אַ סך הײַנטיקע חסידים, אַז אין אַ מאָדערנעם פֿרידזשידער קאָן אַזאַ מעשׂה נישט געשען.
ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז לויט אַן אַנדער באַקאַנטן מינהג, אויך צוליב די מזיקים, טרינקט מען בכלל נישט קיין וואַסער צי קיין אַנדער געטראַנק — אַפֿילו איילבערט־אייל — אויב ס׳איז געבליבן אָפֿן בײַ נאַכט. אַ סך חסידים גיסן אַפֿילו צוליב דעם אויס דעם ערשטן טראָפּן פֿון אַ נײַעם פֿלאַש קאָקאַ־קאָלע. ווי באַלד אַן אײַזערנער קאָנטיינער היט אויך פֿון דער־אָ סכּנה, ווערן די פֿרידזשידערן הײַנט באַטראַכט בײַ אַ סך חסידישע און צומאָל סתּם פֿרומע משפּחות ווי אַ מין אוניווערסאַלע באַשיץ־מכשירים קעגן די נישט־גוטע.
אַוודאי, זענען פֿאַראַן גענוג מער מאָדערנע רבנים, וואָס קריטיקירן אַזעלכע מינהגים ווי איבעריקע און נאַרישע. ווען מע לייענט די מעשׂיות פֿון אַלטע שטעטלעך, וווּ דער עולם האָט זיך געזאָרגט חנוכּה פֿון מלאָכים און מזיקים, וואָס קומען תּקופֿת־טבֿת, זעט מען, אַז זייער לעבן האָט געהאַט אַ געוויסן טעם פֿון עכטקייט, פֿון פּשוטער אמונה — און ס׳איז גוט, אַז די הײַנטיקע חסידים מיט זייערע סגולות היטן אָפּ דאָס דאָזיקע ראָמאַנטיש־מיסטישע געפֿיל.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO