פֿאָרווערטס באַקומט צוויי „ראָקאָווער“־פּרעמיעס פֿאַר אויסגעצייכנטן ייִדישן זשורנאַליזם (מיט אוידיאָ)Forverts receives two Rockower Awards for excellence in Jewish journalism (includes audio)
איינע איז געווען פֿאַר „אַרטיקלען וועגן פֿרויען“, און די צווייטע – פֿאַר „אַרטיקלען וועגן דער ייִדישער קולטור־ירושה אין אייראָפּע“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.
נעכטן, דעם 24סטן יוני, האָט די „אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע־אַסאָציאַציע‟ געמאָלדן די געווינערס פֿון די בעסטע מוסטערן פֿון ייִדישן זשורנאַליזם פֿונעם יאָר 2020. צווישן די אָנערקענטע אַרטיקלען זענען צוויי וואָס זענען דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ און 32, וואָס זענען אַרויס אינעם Forward.
ברכה פֿינקעלשטיין האָט געוווּנען דעם ערשטן פּריז אין דער קאַטעגאָריע, „אויסגעצייכנטער זשורנאַליזם וועגן פֿרויען“ פֿאַר איר אַרטיקל, „מעסיקע חרדים שטעלן זיך אַנטקעגן דעם ׳אָפּמעקן׳ בילדער פֿון פֿרויען“.
אַנאַבעל כּהן איז אָנערקענט געוואָרן אין דער קאַטעגאָריע, „אויסגעצייכנטער זשורנאַליזם וועגן אייראָפּעיִשע ייִדן און דער ייִדישער קולטור־ירושה אין אייראָפּע“ פֿאַר איר אַרטיקל, „אַ טראַדיציאָנעלער מינהג געפֿירט פֿון פֿרויען: פֿעלדמעסטן און קנייטלעך לייגן“.
צווישן די 32 באַלוינטע אַרטיקלען פֿונעם Forward זענען אײַרין קאַץ קאָנעליס נעקראָלאָג נאָכן 105־יאָריקן ייִדיש־רעדער, מאַקס בענדיטש; אַ צאָל אַרטיקלען פֿון אַרי פֿעלדמאַן און מאָלי בויגען וועגן דעם קאָראָנאַ־ווירוס־קריזיס אין די ניו־יאָרקער חרדישע קרײַזן; עדיטאָריאַלן פֿון דער Forward־שעף־רעדאַקטאָרין דזשאָדי רודאָרען, און אַן עסיי פֿון לען בערק, אַ לאַנגיאָריקער אַרבעטער אינעם באַקאַנטן ניו־יאָרקער שפּײַז־געשעפֿט „זאַבאַרס“, באַקאַנט פֿאַר זײַן מבֿינות אין צעשנײַדן גערייכערטן לאַקס.
די פֿולע רשימה אָנערקענטע אַרטיקלען קען מען לייענען דאָ.
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
