ווידעאָ: מאַלי פּיקאָן זינגט איר קלאַסיש ליד, „אַבי געזונט‟WATCH: Molly Picon sings her classic song, “Abi Gezunt”
ווייניק מענטשן ווייסן אַז פּיקאָן האָט אָפֿט אַליין געשאַפֿן דעם טעקסט פֿון די לידער וואָס זי האָט פֿאָרגעשטעלט אין די פֿילמען און אויף דער בינע.
אינעם מוזיקאַלישן פֿילם, „מאַמעלע‟, האָט מען אַ זעלטענע געלעגנהייט צו זען דאָס אמתע ייִדישע לעבן אינעם פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן. אַלע סצענעס זענען פֿילמירט געוואָרן אין לאָדזש, ווען דאָרטן האָבן געוווינט בערך 230 טויזנט ייִדן – אַ דריטל פֿון דער גאַנצער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. דער פֿילם איז אַרויס אין 1938.
אינעם פֿילם זינגט די הויפּט־אַקטריסע, מאַלי פּיקאָן, אַ ליד וואָס איז שפּעטער שטאַרק באַרימט געוואָרן — „אַבי געזונט‟. די מוזיק האָט ספּעציעל פֿאַרן פֿילם געשאַפֿן דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר, אַבֿרהם עלשטיין. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער אַז דער טעקסט האָט אָנגעשריבן פּיקאָן אַליין. זי איז געווען אַ טאַלאַנטירטע פּאָעטעסע און אָפֿט געשריבן דעם טעקסט פֿון די לידער וואָס זי האָט פֿאָרגעשטעלט אין פֿילמען און אויף דער בינע.
„מאַמעלע‟ איז געווען דער דריטער פֿילם אויף ייִדיש פֿונעם רעזשיסאָר, יוסף גרין (גרינבערג). זײַענדיק אַליין אַ פּוילישער ייִד, טאַקע אַ לאָדזשער, האָט ער אָנגעהויבן זײַן קינאָ־קאַריערע ווי אַן אַקטיאָר אין אַמעריקע, וווּהין ער איז אַוועקגעפֿאָרן אין 1924. אין 1935 האָט ער אָנגעהויבן שאַפֿן אייגענע פֿילמען – דווקא אין זײַן היימלאַנד, פּוילן.
גרינבערגס שותּף — דער סצענאַריסט, אַקטיאָר, פּאָעט, זינגער און רעזשיסאָר קאָנראַד טאָם (רונאָוועצקי), איז געווען פֿון וואַרשע. אינעם פֿילם שפּילן אַ ריי פּוילישע ייִדן; די באַרימטע אַקטריסע מאָלי פּיקאָן (מלכּה אָפּעקון), וואָס זינגט איר באַרימט ליד, איז געווען אַ געבוירענע אינעם נידער־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, אָבער איר משפּחה האָט געשטאַמט פֿון פּוילן. באַקומט זיך, אַז דער פֿילם איז נישט נאָר אַ ייִדישער און ייִדישלעכער, נאָר דורכאויס אַן אויטענטיש ייִדיש־פּוילישער – הגם די אַקטיאָרן, ווי דער שטייגער איז אינעם קלאַסישן ייִדישן טעאַטער, רעדן אויפֿן „טעאַטראַלישן‟ אוקראַיִנישן אָדער כּמו־אוקראַיִנישן ייִדיש.
דער אַמעריקאַנער „נאַציאָנאַלער צענטער פֿונעם ייִדישן פֿילם‟ (NCJF) האָט רעסטאַוורירט און דיגיטאַליזירט דעם פֿילם „מאַמעלע‟ אין 2013. זינט דעמאָלט איז ער געוויזן געוואָרן אויף צענדליקער קינאָ־פֿעסטיוואַלן.
די ווערטער „מאַמע‟ און „געזונט‟ זענען אין דער ייִדישער קולטור צווישן די סאַמע סטערעאָטיפּישע, כּמעט קלישע־ווערטער. גרינבערגס און רונאָוועצקיס שאַפֿונג איז אָבער ווײַט פֿון געוויינטלעכע סטערעאָטיפּן פֿונעם אידעאַליסטישן שטעטלדיקן אַמאָל. אַזוי ווי אין פּאָפּולערע אַמעריקאַנער פֿילמען פֿון יענער תּקופֿה, ווערט אינעם פֿילם נישט איין מאָל געוויזן דאָס פֿינצטערע לעבן פֿון ייִדישע אונטערוועלטניקעס.
איין מאָמענט אינעם פֿילם איז אין אַ געוויסן זין טאַקע סטערעאָטיפּיש: די הויפּט־העלדין חוה סאַמעט (מאָלי פּיקאָן) באַווײַזט זיך אין דער ראָלע פֿון אַ מין „סינדאַרעלע‟ – אַ פֿאַרמוטשעט מיידל, וואָס בענקט נאָך איר פֿאַרשטאָרבענער מאַמען. פֿאָרט, האָט זיך בײַ די רעזשיסאָרן באַקומען אַ פֿאַרכאַפּנדיקער, רעאַליסטישער און ראָמאַנטישער סוזשעט; סוף־כּל־סוף, טרעפֿן זיך אין דער וועלט, צום באַדויערן, גענוג עכטע „סינדאַרעלעס‟.
„אַבי געזונט‟ בלײַבט ביז הײַנט איינס פֿון די סאַמע באַרימטע ייִדישע לידער. תּלמידים און תּלמידות פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען לערנען עס כּסדר אויס, הגם צום מערסטן באַקאַנט איז, מעגלעך, נישט פּיקאָנס אָריגינעלע ווערסיע, נאָר דער באַזונדערס לעבעדיקער וואַריאַנט פֿון די שוועסטער בערי.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor