מע קען ווידער זען דעם אייגנאַרטיקן פֿילם וועגן קלוגן הינטל, לאַבזיקOne more chance to see the unique film about the clever pup, Labzik
דער קורצער פֿילם, וואָס איז אויף ייִדיש און ענגליש און פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, לעבט קינסטלעריש אויף דאָס באַליבטע ביכל פֿון 1935.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די פֿון אײַך וואָס האָבן אין יוני נישט באַוויזן צו זען דעם נײַעם קורצן פֿילם, „לאַבזיק‟, וועגן די אַווענטורעס פֿון אַ ייִדישן הינטל, האָבן איצט נאָך אַ געלעגנהייט.
ביזן 3טן סעפּטעמבער קען מען ווידער זען דעם ווידעאָ, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, דורכן געבן אַ קוועטש דאָ.
דער פֿילם, וואָס איז באַזירט אויפֿן באַליבטן קינדערביכל פֿון כאַווער פּאַווער, פּובליקירט אין 1935, באַשרײַבט די אַווענטורעס פֿון אַ קלוגן הינטל, לאַבזיק, און דער ייִדישער משפּחה וואָס האָט אים אַדאָפּטירט.
אַ געמיש פֿון שפּילעוודיקן הומאָר און פּאָליטישן קאָמענטאַר, באַרירט דער פֿילם די צרות פֿון אַרבעטלאָזיקייט און ראַסיזם אויף אַ קינסטלערישן אופֿן, ניצנדיק פּאַפּירענע ליאַלקעס און די אילוסטראַציעס פֿונעם בוך גופֿא. אַ צאָל שטערנס פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער בינע און מוזיק האָבן געהאָלפֿן בײַם צוגרייטן דעם פֿילם. מע הערט, למשל, דעם קול פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר שיין בייקער; אָריגינעלע מוזיק פֿון די קלעזמער־מוזיקער מײַקל ווינאָגראַד און דזשייק שולמאַן־מענט און געזאַנג פֿון ליסאַ פֿישמאַן, מיכל יאַשינסקי און לאָרין סקלאַמבערג. די ענגלישע איבערזעצונג האָט דורכגעפֿירט מרים יודל און דער רעזשיסאָר איז דזשייק קראַקאָווסקי.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
