ווידעאָ: אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן זינגט אַ ייִדיש וויגלידWATCH: Black singer Paul Robeson sings a Yiddish lullaby
דער זינגער און לינקער אַקטיוויסט האָט זיך פֿאַרליבט אין ייִדיש צוליב אידעאָלאָגישע סיבות.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 15טן יאַנואַר וועט מען אין אַמעריקע פּראַווען דעם „מאַרטין לוטער קינג טאָג“. ווי אַ בײַשפּיל פֿון דער היסטאָרישער צוזאַמענאַרבעט צווישן די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און די ייִדן, סײַ פּאָליטיש סײַ קולטורעל, פּובליקירן מיר דעם אַרטיקל פֿון 2021 וועגן דעם שוואַרצן זינגער און פּאָליטישן אַקטיוויסט פּאָל ראָבעסאָן וואָס האָט שטאַרק ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך.
וויפֿל אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געקענט ייִדיש? ס׳איז נישט אַזאַ מאָדנע פֿראַגע. מע דערציילט, אַז דער וועלט־באַרימטער דזשעז־מוזיקער און זינגער לויִ אַרמסטראָנג האָט, צום ווייניקסטן, פֿאַרשטאַנען ייִדיש ווײַל ער איז קינדווײַז דערצויגן געוואָרן בײַ אַ ייִדישער משפּחה.
צי אַרמסטראָנג האָט טאַקע געקענט ייִדיש, אָדער געוווּסט בלויז געוויסע אויסדרוקן, בלײַבט נאָך אַלץ אַ רעטעניש. נאָר אַן אַנדער גוט באַקאַנטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער — דער לינקער זינגער און אַקטיאָר, פּאָל ראָבסאָן — האָט כּסדר געזונגען אויף ייִדיש און טאַקע געקענט די שפּראַך. להיפּוך צו אַרמסטראָנגן, וועלכער האָט געדינט ווי אַ מין אומאָפֿיציעלער קולטור־אַמבאַסאַדאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז ראָבסאָן געווען אַן אויסגעשפּראָכענער קעגנער פֿונעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם און אַ שטיקל ייִדישיסט. אין דער שפּראַך האָט ער זיך פֿאַרליבט, אין אַ גרויסער מאָס, צוליב אידעאָלאָגישע סיבות און זײַן פֿרײַנדשאַפֿט מיט די ייִדישע לינקע.
אין איר בוך, „אַן אוצר פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער‟, ברענגט די באַקאַנטע פֿאָלקלאָריסטקע רות רובין אַ גאַנצע ריי ווערק, וואָס הייבן זיך אָן מיט די ווערטער, „שלאָף, מײַן קינד‟. דאָס ליד האָט אַ קלאָרן סאָציאַליסטישן טעם און מסתּמא צוליב דעם איז עס באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן ראָבסאָנען. עס זענען באַקאַנט צוויי ענגלישע פּאָעטישע איבערזעצונגען דערפֿון, פֿון אויגוסט (גאָס) טײַלער און הערשל האַרטמאַן. אין איר אַרכיוו, דערמאָנט רובין אַן אַנדער רעקאָרדירונג – פֿון ב. סילין, געשאַפֿן אין 1957.
פּאָל ראָבסאָן (1976-1898) איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ משפּחה פֿון אַ פּרעסביטעריאַנישן פּאַסטאָר און אַ שול־לערערקע אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי. זײַן טאַטע, געבוירן ווי אַ שקלאַף, איז אין זײַן יוגנט אַנטלאָפֿן פֿון דער פּלאַנטאַציע. זײַן זון, פּאָל, זײַענדיק אַ געראָטענער סטונדענט, מוזיקער און ספּאָרטלער, האָט פֿאַרענדיקט די יוריספּרודענץ־שול בײַם קאָלומביע־אוניווערסיטעט – גאָר אַ זעלטענע זאַך פֿאַר אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אין יענער צײַט – אָבער צוליב דער אומעטומיקער ראַסע־דיסקרימינאַציע האָט ער נישט געקאָנט קריגן אַרבעט ווי אַן אַדוואָקאַט. איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער און אַקטיאָר.
הגם זײַנע אָבֿות האָבן גערעדט אויף דער שפּראַך איגבאָ, האָט ראָבסאָן אין די 1930ער זיך אויסגעלערנט סוואַהילי, אָפֿט באַטראַכט דעמאָלט ווי אַ פֿאַראייניקונג־סימבאָל פֿון דער אַפֿריקאַנער קולטור. זינגענדיק און שפּילנדיק אויף דער סצענע אויף צענדליקער לשונות, האָט ער ערנסט שטודירט און גוט פֿאַרשטאַנען עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט רוסיש, כינעזיש און ייִדיש. ער האָט אָנגעהויבן לערנען מאַמע־לשון נאָך זײַענדיק אַ סטודענט. ווײַזט אויס, דער זינגער האָט מסכּים געווען מיט די ייִדישיסטן, אַז די אמתע ייִדישקייט מוז זײַן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך – פּונקט אַזוי ווי עכטע אַפֿראָ־אַפֿריקאַנישקייט דאַרף האָבן אַן אייגן לשון צי לשונות.
אין 1995 האָט האַרטמאַן דערציילט אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה אין דער ייִדישיסטישער בליצפּאָסט־ליסטע „מענדעלע‟. אַ דאַנק ראָבסאָנס השפּעה, האָט די קריסטלעכע אירלענדיש־אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָרין און פּיאַניסטקע סעלעסט לעדערער איין מאָל געשפּילט דאָס דאָזיקע ייִדישע וויגליד בעת אַ זונטיק־געבעט אין אַ פּראָטעסטאַנטישן קלויסטער אין סטאַטען־אײַלענד, דווקא לכּבֿוד ראָש־השנה! אַ גילגול פֿון אַ ניגון!
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
