„ייִדיש אָפּען מײַק קאַפֿע“ וועט זאַמלען געלט פֿאַר אַפֿגאַנער פּליטיםYiddish Open Mic Cafe to collect donations for Afghan refugees
די טרעפֿונג דעם חודש ווערט דורכגעפֿירט בשותּפֿות מיטן גרויס־בריטישן „ציצית־פֿעסטיוואַל“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער „ייִדיש אָפּען מײַק קאַפֿע“ פֿאַרבעט דעם ברייטן עולם זיך צו באַטייליקן אין זײַן קומעדיקער טרעפֿונג, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 17טן אָקטאָבער, פֿון 3 ביז 5 נאָכמיטאָג לאָנדאָנער צײַט, 11:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.
דער „קאַפֿע‟ איז אַ חודשלעכע אינטערנעץ־פֿאַרזאַמלונג, וווּ יעדער וואָס וויל רעציטירן אַ ייִדיש ליד אָדער אַ קורצן אויסצוג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור קען זיך באַטייליקן. די פּראָגראַם פֿונעם פֿריִערדיקן חודש קאָנט איר זען דאָ.
די טרעפֿונג וועט דאָס מאָל דורכגעפֿירט ווערן בשותּפֿות מיטן גרויס־בריטישן „ציצית־פֿעסטיוואַל“. פּונקט ווי ציצית זענען אַ מין פֿראַנדזן („פֿרינדזשעס“ אויף ענגליש) וואָס קען אויך מיינען „פּעריפֿעריע“, װעט אונדזער טעמע דעם חודש זײַן אַנדערשקייט, דאָס נישט מיטשווימען מיטן שטראָם, דאָס זײַן אויף די ראַנדן פֿון דער געזעלשאַפֿט.
צוליב דעם וואָס די קומעדיקע טרעפֿונג איז פֿאַרבונדן מיטן „ציצית־פֿעסטיוואַל“, דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן אויף אַן אַנדער זײַט ווי געוויינטלעך. גיט אַ קוועטש דאָ.
אונדזער גאַסט דעם חודש וועט זײַן די לאָנדאָנער ייִדיש־לערערין ד״ר סימה בירי (סימע ביירי). זי איז געבוירן געוואָרן אין קאָוונע, קען ייִדיש פֿון קינדווײַז אָן, פֿאַרטיידיקט אין ענגלאַנד אַ דאָקטאָראַט וועגן דער ייִדישער פּרעסע צווישן די צוויי וועלט־מלחמות און איז באַקאַנט אין דער בריטישער הויפּטשטאָט ווי אַן אַקטיוויסטקע פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
כאָטש דער ייִדיש קאַפֿע רעכנט נישט קיין אַרײַנטריט, וועט מען אויף דער קומעדיקער אונטערנעמונג יאָ זאַמלען געלט צו העלפֿן די פּליטים פֿון אַפֿגאַניסטאַן. כּדי צו געבן אַ בײַשטײַער, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
