Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אַהרן לעבעדעף זינגט „רומעניע, רומעניע‟Video: Aharon Lebedeff, singing “Romania, Romania”

אָפֿט מאָל מאַכן ליטוואַקעס חוזק פֿון די רומענישע ייִדן אָבער לעבעדעוו, אַליין אַ ליטוואַק, באַשרײַבט רומעניע ווי אַ סימבאָל פֿון אַ מין אוטאָפּיע.

אַהרן לעבעדעפֿס „רומעניע‟ איז גוט באַקאַנט יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדישע לידער. נישט יעדער באַמערקט אָבער אַז דער אָריגינעלער טעקסט איז היפּש לענגער פֿון דער פּאָפּולערער פֿאַרקירצטער ווערסיע, וואָס די שוועסטער בערי האָבן רעקאָרדירט.

אין דער רעקאָרדירונג אויבן, הערט מען ווי דער באַקאַנטער זינגער און אַקטיאָר זינגט דאָס גאַנצע ליד.

זייער אַ שיינע ווערסיע האָט רעקאָרדירט בנימין שעכטער מיט זײַן כאָר, וווּ דאָס ליד ווערט אויסגעזונגען ווי אַ דיאַלאָג צווישן מענער און פֿרויען.

ס׳איז אינטערעסאַנט און באַלערנדיק, אַז לעבעדעף האָט געשאַפֿן אַן אימאַזש פֿון אַ לאַנד, וווּ ער האָט קיינמאָל נישט געוווינט, און עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַרלוירענער אוטאָפּיע, וווּ יעדער האָט געקענט טאָן וואָס ער וויל.

געוויסע ווערטער אין לעבעדעפֿס פֿולער ווערסיע קלינגען אומזיניק, נאָר זענען גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, אויב מע פֿאַרשטייט רוסיש און רומעניש. אויף איין אָרט זינגט ער פֿראַזעס אויף אַ צעבראָכענעם רוסיש, וואָס מיינען: „וויל ער אַ ליבע, וויל ער אַ מיידל, אָבער אין קעשענע האָט ער נישט קיין קאָפּעק‟. לעבעדעף האָט גוט געקענט רוסיש; מסתּמא, האָט ער בכּיוון פֿאַרקריפּלט די שפּראַך צוליב דעם קאָמישן עפֿעקט.

ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז הינטערן הומאָר באַהאַלט זיך דאָ אַ טראַגישער טאָן. זײַן ליד האָט לעבעדעף צום ערשטן מאָל אַרויסגעלאָזט אין 1925. אויפֿן ווידעאָ זינגט ער אין 1947 – גלײַך נאָכן חורבן. אין די ערשטע שורות דערמאָנט זיך דער מחבר: „רומעניע, רומעניע – די אַמאָליקע רומעניע, ניט די הײַנטיקע רומעניע‟. מיט זײַן שילדערונג פֿון אַ לאַנד פֿול מיט ווײַן, לינקע ליבעס און פֿריילעכע הולטײַען, האָט ער געוויזן דעם ריזיקן חילוק צווישן דער פֿאַרמלחמהדיקער אייראָפּע און דעם מצבֿ נאָכן חורבן – אַ געלעכטער דורך טרערן. הגם אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נאַצי־אָקופּירטע און אַליִיִרטע לענדער, האָבן ס׳רובֿ ייִדן אין רומעניע איבערגעלעבט די מלחמה, זענען אַ סך פֿון זיי פֿאָרט אומגעקומען, און די ניצול־געוואָרענע האָבן שטאַרק געליטן פֿון געפֿערלעכע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות.

לעבעדעף דערמאָנט אַן אינטערעסאַנטן סטערעאָטיפּ: „גאַליציאַנער מאַכן געלט און ליטוואַקעס – קינדער‟. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דער מוזיקער, פּאָעט און אַקטיאָר איז אַליין געווען אַ רײַסישער ליטוואַק פֿון האָמליע. אָפֿטמאָל זענען ייִדן פֿון געוויסע מקומות מסכּים מיט ליצנות קעגן זיי, און גיבן דערצו אייגענע גוזמאות: אַז אַ ליטוואַק איז, כּלומרשט, קעלטער פֿון אַ פֿיש, און אַז אַ רומענישער איז אַ העדאָניסט און אַ גנבֿ. פֿון אַ בעסאַראַבישן ייִד האָב איך אַמאָל געהערט דעם ערשטן פּונקט פֿון אָט־אַזאַ קאָמישן קוגל־רעצעפּט: גייט אויפֿן מאַרק, גנבֿעט אַ זעקל קאַרטאָפֿל, עטלעכע ציבעלעס און אייער.

ס׳זעט אויס, אַז פֿאַרן שאַפֿער פֿונעם ליד האָט רומעניע געדינט ווי אַן אַלגעמיינער סימבאָל פֿון אַ מין אוטאָפּישער פֿרײַער מדינה. די דערמאָנטע קאָנקרעטע רומענישע מאכלים זענען אָבער טאַקע באַרימט ביז הײַנט. נישט איין מאָל האָב איך געהערט בײַ בעסאַראַבישע ייִדן שבֿחים וועגן דעם קאַרנאַצעלע; כ׳ווייס נישט, צי מע קאָן איצט בכלל ערגעץ קריגן אויטענטישע כּשרע ווערסיעס פֿון אָט־דעם סאָרט וווּרשט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.