Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער באַנד פֿון הרבֿ יוסף־בער סאָלאָווייטשיקס דרשות אויף ייִדישNew volume of Rabbi Joseph Soloveichik’s Yiddish sermons

אין זײַנע דרשות באַרירט דער רבֿ אַ ברייטע ריי טעמעס, אַרײַנגערעכנט פּסיכאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע און קבלה.

Rabbi Joseph B. Soloveitchik

Droshes veg’n Shivas Tziyon un Kiyum HaUma

(Yiddish Discourses on the Return to Zion and Jewish Destiny)

OU Press, 2021


אַ נײַער באַנד פֿון הרבֿ יוסף־דובֿ סאָלאָווייטשיקס ווערק אויף ייִדיש — על־פּי־רובֿ, פֿון פֿריִער נישט געדרוקטע כּתבֿים — איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורכן ברוקלינער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן פֿאַרלאַג Ktav,בשותּפֿות מיטן OU Press. דאָס בוך הייסט „דרשות וועגן שיבֿת־ציון און קיום־האומה‟.

נישט געקוקט אויפֿן ציוניסטישן טיטל, באַרירט די זאַמלונג כּלערליי ענינים: פֿון אייגנאַרטיקע גמרא־חידושים אויף פֿאַרשיידענע טעמעס ביז אַלגעמיינע פּסיכאָלאָגישע, פֿילאָסאָפֿישע און סאָציאָלאָגישע באַמערקונגען. כאָטש סאָלאָווייטשיק איז געווען אַ באַרימטער מתנגד, לייגט ער אַפֿילו פֿאָר אייגנאַרטיקע אַקטועלע אָפּטײַטשן פֿון קבלה־באַגריפֿן.

דאָס בוך איז רעדאַקטירט געוואָרן דורך ד״ר דוד פֿישמאַן. אין 2009 האָט Ktav פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיקס ייִדישע ווערק, „דרשות און כּתבֿים‟, אויך צוגעגרייט צום דרוק דורך פֿישמאַנען. אינעם נײַעם גרויסן באַנד זענען געזאַמלט געוואָרן סאָלאָווייטשיקס רעדעס, מיט וועלכע ער איז אויפֿגעטראָטן פֿון 1939 ביז 1958 אויף די יערלעכע צוזאַמענפֿאָרן פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע, „מזרחי‟, אין אַמעריקע.

אין דער הקדמה – אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אויף ענגליש – דערקלערט דער רעדאַקטאָר, אַז אַחוץ דער ספּעציפֿישער „מזרחי‟־טעמאַטיק באַהאַנדלט הרבֿ סאָלאָווייטשיק אַנדערע טעמעס אויך. דעם אמת געזאָגט, ווען איך האָב געעפֿנט דאָס בוך, האָב איך מורא געהאַט, אַז די הויפּטטעמע איז אַקטועל בלויז פֿאַר אַ קליינער צאָל פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער, וואָס שטודירן די געשיכטע פֿונעם פֿריִיִקן ריליגיעז־ציוניסטישן געדאַנק. אַפֿילו בײַ אַ הײַנטיקן „מיזרחיסט‟ זענען די טעאָרעטישע דיסקוסיעס, וואָס מע האָט געפֿירט מיט 70 יאָר צוריק, לאַוו־דווקא אינטערעסאַנט. אָבער, ווען איך האָב אָנגעהויבן לייענען די דרשות, האָב איך כּמעט אויף יעדן זײַטל אַנטדעקט פּראַקטישע און טיפֿע מחשבֿות וועגן ייִדישע קהילות און זייערע באַציִונגען מיט דער וועלט, וועגן דער מענטשלעכער נאַטור בכלל, נאָטיצן מכּוח דער וועלטלעכער ייִדישער קולטור, אאַז״וו, נישט זעלטן מיט טשיקאַווע הומאָריסטישע באַמערקונגען.

למשל, אויפֿן סמך פֿון דער תּורה־געשיכטע מיט נחן, וואָס האָט אַרויסגעלאָזט פֿון דער תּיבֿה אַ ראָב און אַ טויב, דערקלערט הרבֿ סאָלאָווייטשיק, אַז אַ ייִד אַ תּלמיד־חכם האָט „צוויי קעפּ‟: פֿון אַ פֿרידלעך נאַיִוו טײַבעלע און פֿון אַ סאַרקאַסטישער, בייזער וואָראָנע (קראָ). דער מחבר באַטאָנט, אַז ער אַליין איז אַ „צוויי־קעפּיקער‟.

אַזאַ האַלב־שפּאַסיקער זעלבסט־קריטישער און פּאַראַדאָקסאַלער טאָן טרעפֿט זיך אינעם בוך גאַנץ אָפֿט. הרבֿ סאָלאָווייטשיק איז בכלל געווען אַ גרויסער מײַסטער פֿון פּאַראַדאָקסן. צום בײַשפּיל, ער קריטיקירט די אַנטי־ציוניסטישע רעפֿאָרם־אָרגאַניזאַציע „דער אַמעריקאַנער ראַט פֿאַר ייִדישקייט‟ (ACJ), און רופֿט די רעפֿאָרמער ייִדן „אַפּיקורסים‟; הײַנט איז דאָס אַ קליינע גרופּע, אָפּגעטיילט פֿונעם פּראָ־ישׂראלדיקן רעפֿאָרמער הויפּטשטראָם. אין דער זעלבער צײַט, זאָגט ער צו, אַז די מיטגלידער פֿונעם „ראַט‟ וועלן „עסן אַ סך לוויתן‟ – הייסט עס, האָבן אַ גוטן חלק אין עולם־הבא – ווײַל זיי זענען טאַקע ערלעכע רעפֿאָרמער, וואָס גלייבן באמונה־שלמה אין זייער שיטה.

אָט־די טעמע טרעפֿט זיך בײַ סאָלאָווייטשיקן כּסדר: ער שרײַבט אַפֿילו, אַז אים „פֿאַרדריסט‟ דער פֿאַרלוסט פֿון עכטע אַפּיקורסים און מומרים־להכעיס (פּרינציפּיעלע מחללי־שבת, וכּדומה). געוויינטלעך, פֿאַרטיידיקן די הײַנטיקע קירובֿ־רבנים, אַרײַנגערעכנט סאָלאָווייטשיקס נאָכפֿאָלגער, די הײַנטיקע אומרעליגיעזע ייִדן ווי תּינוקות־שנשבו – „צוגעגנבֿעטע קינדער‟, וואָס זענען קעגן זייער ווילן דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרעמדער סבֿיבֿה און ממילא טראָגן נישט קיין אַחריות פֿאַרן דעם, וואָס זיי לעבן נישט על־פּי הלכה. זאָגט סאָלאָווייטשיק פֿאַרקערט, אַז דער אַמאָליקער ערנסטער שטעטלדיקער אַפּיקורס, וואָס האָט פֿון קינדווײַז אָן אײַנגעזאַפּט די עכטע אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישקייט, איז אים דווקא טײַער, ווי אַ הײַנטיקער וועלטלעכער עם־האָרץ.

דער רבֿ באַהאַלט נישט, אַז ער איז אַן איבערצײַגטער „אַשכּנזישער נאַציאָנאַליסט‟. כּסדר באַקלאָגט ער זיך, אַז דער בעסטער חלק פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איז אומגעקומען אין מיזרח־אייראָפּע, און אַז אַפֿילו דער „אַרבעטער־רינג‟ גייט אונטער, און אַלץ ווייניקער ייִדן לייענען צײַטונגען אויף ייִדיש. מיט סימפּאַטיע דערמאָנט ער און ציטירט שלום־עליכמען און פּרצן.

ס׳איז כּדאַי צו פֿאַרגלײַכן סאָלאָווייטשיקס סטיל צום ליובאַוויטשער רבין; ביידע זענען געווען וועלטלעך געבילדעטע ליטוואַקעס און גרויסע תּלמידי־חכמים. עס וואַרפֿט זיך אָבער אין די אויגן, אַז דעם ליובאַוויטשערס לשון איז אַ טיפּישער רבנישער, און סאָלאָווייטשיקס – אַ דערהויבן ליטעראַרישער און אַפֿילו פּאָעטישער, מיט אַזעלכע אויסדרוקן און חנעוודיקע נעאָלאָגיזמען, ווי „סטאַטוס־קוואָניק‟, „אייביקייטס־טאַנץ‟, „קאָסמישער צוזאַמענהאַנג‟.

דער ציוניסטישער אַספּעקט פֿונעם בוך איז גאַנץ באַלערנדיק און קאָן אַפֿילו זײַן אינטערעסאַנט אַ קריטיקער פֿון ציוניזם. דער רבֿ טענהט, אַז ווען מע באַציט זיך צו ארץ־ישׂראל ווי צו אַ נאַציאָנאַל לאַנד, נישט ווי צו אַ הייליקער מתּנה פֿונעם רבונו־של־עולם, שמעקט עס מיט ראַסיזם. ער וואָרנט זײַנע רעליגיעז־ציוניסטישע קאָלעגן, אַז ציוניזם קאָן גרינג פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַן עבֿודה־זרה. זײַן צוגאַנג צו מדינת־ישׂראל איז זיכער אַן ענטוזיאַסטישער, אָבער פֿאָרט אַ מעסיקער און קריטישער.

אַחוץ דעם נײַ־אַנטדעקטן מאַטעריאַל, זענען אינעם נײַעם בוך אַרײַן פֿאָטאָ־קאָפּיעס פֿון צוויי ווערק, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1962 און 1967: „אַ דרשה‟ און „פֿיר דרשות‟. פֿישמאַן דערקלערט אין זײַן הקדמה, אַז ער האָט אַליין צוגעטראַכט קעפּלעך פֿאַר סאָלאָווייטשיקס אַנדערע דרשות; דער רבֿ אַליין פֿלעגט זיי נישט געבן קיין אינפֿאָרמאַטיווע נעמען.

די זאַמלונג ווערט באַגלייט מיט אַ ממשותדיקן פֿאָרשערישן מאַטעריאַל אין די הערות און דעם בײַגעלייגטן גלאָסאַר, וואָס מאַכט די דרשות פֿאַרשטענדלעך אַ דורכשניטלעכן וועלטלעכן לייענער. דער רעדאַקטאָר איז מסביר, אַז דעם אָריגינעלן טעקסט האָט ער קאָרעגירט לויט די תּקנות פֿון ייִוואָ, אָבער איבערגעלאָזט אַלע דײַטשמעריזמען און אייגנאַרטיקייטן פֿונעם מחברס ליטווישן ייִדיש. באמת, שטעלט סאָלאָווייטשיקס ייִדיש מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך מיט זײַן היימישן דיאַלעקט. זײַנע דײַטשמעריזמען זענען, אַפּנים, אַ סימן פֿון דער בערלינער אוניווערסיטעט־בילדונג.

אין דער פּובליקאַציע האָבן זיך באַטייליקט הרבֿ מנחם־מענדל גענאַק, דער הויפּט־רעדאַקטאָר בײַם „פֿאַרלאַג פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, און הרבֿ יהודה בערמאַן. ד״ר פֿישמאַן באַדאַנקט נאָך עטלעכע רבנים, ווי אויך זײַן ווײַב, ד״ר עליסאַ בן־פּורת, אַ באַקאַנטע ייִדישע היסטאָריקערין.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.