אָנלײַן־טור וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אין די 1930ערOnline tour about a Yiddish-speaking teen girl in the 1930s
די אויסשטעלונג איז באַזירט אויף אַן אויטאָביאָגראַפֿיע וואָס דאָס מיידל, בעבאַ עפּשטיין, האָט אָנגעשריבן אין ווילנע.

Image by YIVO
מיטוואָך, דעם 8טן דעצעמבער, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט דער ייִוואָ פֿירן אַ טור דורך זום פֿון זײַן אויסשטעלונג וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיק מיידל אין ווילנע פֿאַרן חורבן.
דער טור איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער פֿייסבוק־גרופּע, „ייִדישע קולטור און חורבן־אָנדענק‟ אָבער מע דאַרף נישט זײַן קיין מיטגליד פֿון דער גרופּע כּדי זיך צו באַטייליקן.
די אויסשטעלונג, „בעבאַ עפּשטיין: דאָס אומגעוויינטלעך לעבן פֿון אַ געוויינטלעך מיידל‟, איז באַזירט אויף אַן אויטאָביאָגראַפֿיע וואָס בעבאַ עפּשטיין, אַ מיידל אין ווילנע, האָט אָנגעשריבן אויף ייִדיש אין די 1930ער. דעם דאָקומענט האָט מען געפֿונען צווישן אַ גרויסן זאַפּאַס ייִוואָ־מאַטעריאַלן וואָס מע האָט אומגעריכט אַנטדעקט אין ליטע אין 2017. אַלע מאַטעריאַלן ווערן איצט דיגיטאַליזירט ווי טייל פֿונעם „פּראָיעקט פֿון אָנלײַן זאַמלונגען אויפֿן נאָמען פֿון עדוואַרד בלאַנק‟. כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם טור, גיט אַ קוועטש דאָ. דער פּאַראָל (passcode) איז 405883.
"Why I became the Forward’s Editor-in-Chief"
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
